פארומס › קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

550 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2405
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 2:36 am#151709
קאממאן @משה געציל ! שרגא מיט שליח פארמאגן שכל הישר, בייסיגקייט, הומאר, צו פארטיידיגן זייער קנאות. וואו פארגלייכסטו דאס בלויז צו בדחן ?
ווען דו זאגסט ווען, שרגא + לעיקוואד = שליח, החרשתי.. למעשה פארמאגט שליח דער זעלבער דעטערמיניזם וואס בדחן פארמאגט, דהיינו ער איז אלל אווער די פלעיס צו פארטיידיגן זיינע שיטות. וואס שרגא פארמאגט נישט אזוי ווייט. שוין איך רעדט שוין צופיל.. (קרעדיט, אבן קופרניקוס )
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 2:52 am#151712
יא יא, כ'האב דאס פארשטאנען. כוונתי אז די דריי צוטיילן זיך נישט אייניג, דהיינו;
בדחן = שליח?! אמ"ג!
לעיקוואד = שליח?! נישט אין דעם גלגול!
שרגא = שליח! איך מיין אז יא!
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 3:18 am#151714
נאר איך פארשטיי נישט פארוואס אלעס איז א + דא?
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 3:28 am#151716
זיי זיך מסביר וואס ס׳קוועטשט דיר אויפן לאגישן שפראך, נישט אויפן מעטאמאטישער.
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 3:29 am#151717
ואולי י"ל בהקדם אז פלוס א נעגאטיוו איז די זעלבע ווי מיינוס א פאזיטיוו, והדוקים ידוקו.

משה געציל

שרגא = שליח! איך מיין אז יא!


ר' @שרגא, אויב קומט איר נישט צוריק (ויפה שעה אחת קודם) וועט קיינער נישט תובע זיין עלבונך. ראה הוזהרת!
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 9:28 am#151726
איך העט וועין געזאגט אז בדחן + שליח = ונבנתה
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 8:12 am#151937
ר' @יאיר'ס נייע חתימה:
this world in itself is so fantastically mysterious, so challengingly marvelous, that not to realize that there is endlessly more than I can see, express, or even conceive, is just being underdeveloped intellectually ~ abraham joshua heschel


חוץ פון דעם שיינעם אונטערשריפט, איז אן עקסטערע שמחה אז החכם השלם רבינו יאירא סבא האט כנראה איינגעזעהן אז די מענטשליכע ראסע האט נאך יא האפענונג, בבחינת ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין.
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 9:40 am#151952
שליח

חוץ פון דעם שיינעם אונטערשריפט, איז אן עקסטערע שמחה אז החכם השלם רבינו יאירא סבא האט כנראה איינגעזעהן אז די מענטשליכע ראסע האט נאך יא האפענונג, בבחינת ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין.


@שליח, פון וואו נעמסטו דער assertion? איך מיין אז ראביי העשיל'ס ווארט גאראנטירט אונז אז נישט קיין חילוק ווי אלט מיר ווערן, ווי קלוג מיר ווערן, און וויפיל מיר פארשטייען וועלן מיר קיינמאהל "גארנישט" וויסן!
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:18 am#151959
@הוגה, העשל זאגט נישט אז מיר וועלן גארנישט וויסן, ער זאגט נאר אז מיר וועלן קיינמאל נישט וויסן "אלעס". קעגן יעדן ביט פון אינפארמאציע וואס מיר האבן איז דא צען וואס מיר פארמאגן נישט.
@שליח, עס איז מיר א זכיה אז איך האב דיר משמח געווען אין א זמן שמחתינו. איך בין זיכער אז דער איש האלקים הרב העשל אויבן אין הימל פרייט זיך מיט. ער איז באמת דער פערפעקטער דוגמא פון האפענונג אין די מענטשליכע ראסע, זיין אפטימיזם און פייערדיגע געטליכע ווערטער שטעלן פאר דער אידישער גייסט פון ליבשאפט און אמונה אין דעם מענטש טראץ אלע זיינע חסרונות. איינע פון העשל'ס וויכטיגסטע ביכער איז god in search of man, וואו ער ברענגט ארויס די אמונה וואס גאט האט אין אונז (יא, איר הערט גוט), ליינענדיג ארויס פון די תורה. אידן זינדיגן איינמאל און נאכאמאל, מען ווייזט דעם רוקן צו גאט, מען שפייט אים אין פנים, אבער גאט גיבט נישט אויף. אויב גאט האט נאכנישט אויפגעגעבן אויף די מענטשליכע ראסע נאכ'ן ליידן פון זיי אזויפיל יארן, ווער בין איך, שפל שבשפלים, חדל האישים, דל ונבזה, צו אויפגעבן??
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:26 am#151961
יאיר
@הוגה, העשל זאגט נישט אז מיר וועלן גארנישט וויסן, ער זאגט נאר אז מיר וועלן קיינמאל נישט וויסן "אלעס". קעגן יעדן ביט פון אינפארמאציע וואס מיר האבן איז דא צען וואס מיר פארמאגן נישט.


פאר יעדע ביט אינפארמאציע איז דא אינפינייט אינפארמאציע וואס מיר פארמאגן נישט. שטעל דיר פאר אז איך נעם איין טריט אדער אפילו הונדערט טריט צו מזרח זייט, בין איך יעצט נענטער צו ירושלים? בערך אזוי פיל האפענונג (אדער ווייניגער) גיבט העשל פאר אונז. די איינציגסטע האפענונג איז צו וויסען אז ס'דא אינפינייט חכמה, געטליכקייט און beauty.
מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:35 am#151965
הוגה, דאס דארף שוין אריינגיין אין דעם אינפיניטי אשכול...
אבער לסבר את האוזן, קלער איך אז אין הכי נמי, כלפי די "אינפארמאציע" ווייסן מיר קיינמאל גארנישט, אבער כלפי "אונז" ווייסן מיר יא. דאס איז פשט אז מיר קענען קומען נענטער צו גאט, אבער דאס מיינט נישט אז מיר קענען אים משיג זיין אפילו כמלא נימא.
מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:56 am#153259
גוגל טענה'ט אז עס איז דער רמב"ם אין שמונה פרקים.
דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 5:15 am#153630
@קאווע טרינקער האט לכבוד מר-חשון זיך איינגעהאנדלט א פרישן חתימה. כאטש וואס דאסמאל קרעדיט ער נישט אייזיק האניג, איז צו ערווארטן @אנאנים זאל זאגן דאס איז שוין דוד המלך'ס.

כי יש ימים יפים הכל פורח / ויש שעות קשות הכל בורח (אברהם פריד)
כי יש שעות יפות הכל פורח / ויש ימים קשים הכל בורח (קפה טרינקר)


מסתם די שעות יפות איז געוועזן בעפאר זיין פאטער האט פארלוירן צוואנציג אלפים מיטן קראך פונעם קלויזנבורגער גמ"ח.
זונטאג אקטאבער 6, 2013 7:19 pm#154470
איר געדענקט אים נאך?
זונטאג אקטאבער 6, 2013 7:34 pm#154473
נייע חתימה
ג'ענדיגט מיט פרידיש
הגם פרידיש גייט ווייטער אן מיט א פולן טעמפא, הערן מיר זיך אויפ צו אנטשולדיגן דערפאר,
דינסטאג אקטאבער 8, 2013 1:25 pm#154918
@טאמבל סאס נייע חתימה, יעדע נייע חתימה איז פרישע חידושים!!
ניבא ולא ידע מה ניבא: אדער וועסטו זיין א גרויסע דיין, אדער א שייגעץ! נישטא אנצווישן... (מגי"ש אין ישיבה)
ער איז גערעכט געווען, נאר א טעות געמאכט אין די טיטלען.
אונזער מוסר השכל: עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעיפים? אז מען ליגט אינצווישן ווי א סעיף ווערט מען צעטראטן פון ביידע זייטן.
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 9:20 pm#156374
אז איך האב מחיה געווען א איד איז דאך זיכער גוט....

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/156369">viewtopic.php?p=156369#p156369</a><!-- l -->

berlbalaguleh
שמעקעדיג: דו ביסט מורא'דיג. כ'האב ערשט יעצט באמערקט דיין פזמון אונטער'ן אונטערשריפט. כ'האב שוין א פאר דזשאבס פאר דיר צו בדחנ'ען ביי חתונות. 😂 🙄 👍
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:19 pm#156604
וואס זאגט דער עולם צו מיין אינטערשריפט?
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 6:25 pm#156624
א אמתע ווארט!!!
דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 5:44 pm#161551
די דברי חכמה זענען באזירט אויף די באקאנטע proverb: "When life gives you lemons make lemonade". דאס דארף צו זיין אן אפטימיסטישע וועג אנצוקוקען דאס רעאליטעט פון די לעבן.

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען דער cliche און איך האב עס אלעמאל אנגעקוקט גאר נער'יש. כ'מיין, וואס אויב איך האב נישט קיין פיטשער אין וואס צו מאכן די לעמאנאדע? ווער זאגט אז איך פארמאג בכלל וואסער און צוקער, אפשר האט מיר life געגעבן לעמאנס און נאר לעמאנס? ואת"ל אז כ'פארמאג יא די אלע זאכן, מאן יימר אז life גיבט מיר די טשאנס צו מאכן לעמאנאדע, אפשר שטאפט ער עס אראפ מיין האלדז בעפאר איך האב א טשאנס צו טראכטן פון מאכן לעמאנאדע?

עד שבא חכם אחד, און ער איז געווען לאנגווייליג אין טוילעט, און בשעת'ן ירידת השפע האט ער אונז מגלה געווען די אמת'ע ווערסיע פון די געוואלדיגע דיבורים.

If life gives you lemons, just shut the @#$& up and eat the lemons. ~ intelligent guy on the wall in a public lavatory




.
דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 7:37 pm#161579
מ'קען אפשר ממתיק זיין א מער פאזיטיווער טייטש. וחסורי מחסרי והכי קתני, בערך אזוי.
If you think that "life" gives you only Lemons , think again! And perhaps you'll find that you can turn it into Lemonade
דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 7:46 pm#161582
דאס איז געהעריג מגלה פנים שלא כהלכה! וואס מיינסטו, אז מיר זענען רעפארמער וואס קענען אריינלייגן ווערטער וואו מ'וויל נאר ווייל די פשט שטימט בעסער אזוי?

On a serious note, ס'קען זיין אמאל אז ס'מאכט זיך אז ס'לעמענאדע און נישט לעמאנס. אבער געווענטליך, אויב זעהט עס אויס ווי לעמאנס און די טעם איז ווי לעמאנס איז עס לעמאנס.
זונטאג דעצעמבער 1, 2013 2:28 pm#165688
דענקער'ס אונטערשריפט האט מיך געקאסט א שמייכל, צוזאמען מיט א קרעכץ! אוי ווי אמת!

"דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט".
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 1:58 pm#167324
@יאיר דיין חתימה ווי פאלגענד
אהבת כל הטבע קודמת לכל. אחריה אהבת כל האדם. אחריה אהבת ישראל, שכוללת הכל, שעתידין ישראל לתקן כל המעשים. כל אהבות אלו הם אהבות מעשיות; לאהוב אותם, לעשות להם טובה, ולגרום להם עילוי. נעלה על כולן אהבת ה', שהיא אהבה שאינה גוררת בעצמותה שום דבר, כי אם מה שהלב מלא ממנה. זהו האושר היותר נשגב. (דברי יואל)
ווי אין דברי יואל שטייט עס ? 😃 😃 😃
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:27 pm#167329
@יואב איז א רבי אין חדר!!
צוליב דעם "ואני", וועט נישט זיין קיין חתימה די וואך. וד"ל. מיט אנטשולדיגונג!
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:42 pm#167336
נהורא נפישא
@יאיר דיין חתימה ווי פאלגענד
אהבת כל הטבע קודמת לכל. אחריה אהבת כל האדם. אחריה אהבת ישראל, שכוללת הכל, שעתידין ישראל לתקן כל המעשים. כל אהבות אלו הם אהבות מעשיות; לאהוב אותם, לעשות להם טובה, ולגרום להם עילוי. נעלה על כולן אהבת ה', שהיא אהבה שאינה גוררת בעצמותה שום דבר, כי אם מה שהלב מלא ממנה. זהו האושר היותר נשגב. (דברי יואל)
ווי אין דברי יואל שטייט עס ? 😃 😃 😃

דער ציטאט איז פון ספר מידות הראי"ה. לכאורה א פשוטע טעות וואס יאיר האט עס פארביטן מיטן דברי יואל...
עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות(?)...
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:46 pm#167340
ווער ווייסט וואס נאך טעותים ער ריקט אלס אריין.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 2:59 pm#167341
ווי למשל, שכר מצווה בהאי עלמא ליכא.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 3:02 pm#167342
מאטי, און וואס מיינט דיין חתימה?
און וואס איז געשען מיט ערפה?
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 5:19 pm#167366
ס'איז אן אויסדריק ארויסצונעמען דער עיקר נאראטיוו פון א מעשה, און נישט שטיין בלייבן אויפן טפל, א שטייגער ווי איינער וואס לערנט רות און נאכן ענדיגן פרעגט ער : און וואס איז געבליבן מיט ערפה.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:04 pm#167382
נהורא נפישא
@יאיר דיין חתימה ווי פאלגענד
אהבת כל הטבע קודמת לכל. אחריה אהבת כל האדם. אחריה אהבת ישראל, שכוללת הכל, שעתידין ישראל לתקן כל המעשים. כל אהבות אלו הם אהבות מעשיות; לאהוב אותם, לעשות להם טובה, ולגרום להם עילוי. נעלה על כולן אהבת ה', שהיא אהבה שאינה גוררת בעצמותה שום דבר, כי אם מה שהלב מלא ממנה. זהו האושר היותר נשגב. (דברי יואל)
ווי אין דברי יואל שטייט עס ? 😃 😃 😃

ברסלבער
נהורא נפישא
@יאיר דיין חתימה ווי פאלגענד
אהבת כל הטבע קודמת לכל. אחריה אהבת כל האדם. אחריה אהבת ישראל, שכוללת הכל, שעתידין ישראל לתקן כל המעשים. כל אהבות אלו הם אהבות מעשיות; לאהוב אותם, לעשות להם טובה, ולגרום להם עילוי. נעלה על כולן אהבת ה', שהיא אהבה שאינה גוררת בעצמותה שום דבר, כי אם מה שהלב מלא ממנה. זהו האושר היותר נשגב. (דברי יואל)
ווי אין דברי יואל שטייט עס ? 😃 😃 😃

דער ציטאט איז פון ספר מידות הראי"ה. לכאורה א פשוטע טעות וואס יאיר האט עס פארביטן מיטן דברי יואל...
עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות(?)...

איך בין געווען נייגעריג ווי לאנג ס'וועט נעמען פאר'ן עולם צו כאפן אז דאס שטייט נישט אין דברי יואל 😂
מיין שאלה איז, פארוואס טאקע טרעפט מען נישט אזעלכע סארט זאצן אין דברי יואל? פארוואס ווען מען פארבינדט אהבת הבריות מיט'ן סאטמאר רב בליקט יעדער מיט ערשטוינונג?
דוכט זיך אז מ'קען נאך טרעפן אזויפיל מקורות פאר אהבת הבריות און אהבת ישראל ווי פאר די הארבע איסורים פון דחיקת הקץ, כאפן פיקטשערס, לערנען מורה נבוכים, און ועל כולם דער שרעקליכער איסור מן התורה פון חדש. פארוואס איז הרב קוק געווען לכאורה דער איינציגער חרדי'שער רב צו רעדן דעם שפראך?
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:05 pm#167383
נו יעצט אז מ'האט שוין געכאפט קענסטו מאכן א נייע חתימה
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:09 pm#167385
דער (פינטעל) איד
נו יעצט אז מ'האט שוין געכאפט קענסטו מאכן א נייע חתימה

יעצט זאל זיך יעדער נעמען די ווערטער און איבער'חזר'ן הונדערט און איין מאל ביז עס וועט ווערן איינגעקריצט אין די ביינער. כתבם על לוח ליבך, תעשם ענקים לגרגרותיך, כי זה כל האדם.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:10 pm#167386
יאיר, עס איז נישט ממש נאר די נושא פון אהבת ישראל, די סגנון הכתב שטימט אויך נישט מיטן דברי יואל.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:12 pm#167387
זיינע אהבות האבן סותר איינער מיט'ן צווייטן. און דאס האט עם מקלקל געווען. ליב האבן "יעדן וואס איז געבוירן געווארן ביי א אידישע מאמע" און ''ליב האבן ג-ט'' גייט נישט צוזאמען. הלא משנאיך ה' אשנא.
זיינע גרויסע אהבות האט עם פארדארבן דעם קוק ער האט ליב געהאט יעדן אפיקורס.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:16 pm#167390
דער (פינטעל) איד
זיינע אהבות האבן סותר איינער מיט'ן צווייטן. און דאס האט עם מקלקל געווען. ליב האבן "יעדן וואס איז געבוירן געווארן ביי א אידישע מאמע" און ''ליב האבן ג-ט'' גייט נישט צוזאמען. הלא משנאיך ה' אשנא.
זיינע גרויסע אהבות האט עם פארדארבן דעם קוק ער האט ליב געהאט יעדן אפיקורס.

געווען אן אנדער גדול אין ארץ ישראל וואס האט געשריבן אויף אפיקרוסים "ועלינו לקרבם בעבותות אהבה עד כמה שידינו משגת." אפשר ווייסטו ווער דאס איז געווען?
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:18 pm#167391
שרייבן איז איין זאך. וואס קוק האט געטון האט למעשה קיינער נישט געטון און גדולי ארץ אין זיינער צייט האבן געהאקט אויפ עם. כ'בין נישט אויסן זיך אריינלאזן דא אין א פאלעמיק
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:24 pm#167397
יאיר

מיין שאלה איז, פארוואס טאקע טרעפט מען נישט אזעלכע סארט זאצן אין דברי יואל? פארוואס ווען מען פארבינדט אהבת הבריות מיט'ן סאטמאר רב בליקט יעדער מיט ערשטוינונג?

סתם פאר אינטרעסאנטקייט, צי דארף עפעס לויט דיין מיינונג יעדער גדול רעדן פון אהבת ישראל? בפרט אז דאס איז א פשטות פאר יעדן בר בי רב?
סאטמאר רב האט דאך קלאר געזאגט אז ער שפירט אז זיין תפקיד אויף דער וועלט איז געווען אויסצושרייען דעם אמת. יעדער גדול האט זיין אויפגאבע. מען קען נישט קאמפערן.
כ'קען דיר ברענגען א טוץ פון גדולים וקדושים פון פריערדיגן דור וואס האבן אויך נישט גערעדט פון אהבת ישראל, נאר געשריגן דעם אמת כסדר, און סאטמאר רב האט זיך אויף זיי פאררופן,
לדוגמא דער בעלזער רב (מהרי"ד), שינאווער רב, קאלאשיצער רב, און נאך אסאך אנדערע, זכותם יגן עלינו. עס איז נישט געווען סאטמאר רב'ס נייער אויסגעטראפענער דרך.
און דאס איז שוין חוץ וואס דער דברי יואל האט טאקע נישט געפאמפעט אהבת ישראל, אבער איז געווען א אב הרחמים פיל מער ווי אנדערע פאמפערס, מיט מיליאנען דאלארן צדקה וחסד באופנים שונים כידוע.

אבער לאמיר נישט פארגעסן דא איז א געשמאקע קאמענטארן אשכול פאר אונטערשריפטן, און ווי (פינטל) שטעכער זאגט שוין, לאמיר זיך נישט אריינלאזן אין א פאלעמיק. שוין גענוג געדראשן די נושא אין אנדערע אשכולות.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:27 pm#167399
פינטל (שטעכער) האט אין זיין חתימה אויסגעפירט א שוידערליכע נקמה אקציע אקעגן יאיר.
איך האף @יאיר וועט אדורכשלאפן די נאכט.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:32 pm#167404
גענומען רענדעמלי פון שו"ת דברי יואל. פארוואס טאקע זעט מען נישט מער אזעלכע לשונות אין בן גריונ'ס מיליאן ביכער און בריוון ? דוכט זיך אז מ'קען נאך טרעפן אזויפיל מקורות פאר תשובה ווי פאר די גרויסע וויכטיגייט פון האבן אן אייגענ לאנד בעפאר ביאת משיח.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:35 pm#167405
זעהט אויס אז בן גוריון האט געהאלטן אז מ'מעג יא מוז"ל זיין.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:35 pm#167406
שוין.... ער האט'ך אבער נישט געהאלטן אז מ'מעג זיין א נטורי קרתא'ניק!
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:42 pm#167409
בן גוריון האט גראדע געפאלגט דעם דברי יואל, און מקפיד געווען נישט צו מאכן דעם ברכה
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 6:53 pm#167414
מאטי, דו פארפעלסט נישט אריינצושיסן שטיקעלעך הומאר דא און דארט!
👍 👍
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 7:31 pm#167420
moti107
בן גוריון האט גראדע געפאלגט דעם דברי יואל, און מקפיד געווען נישט צו מאכן דעם ברכה

האהא
דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 1:00 pm#167668
I'm back

דארפסט אפגרעידן צו 'שר ארבע מאות'.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:51 am#169749
איך האב הנאה געהאט פון @חביבי'ס אונטערשריפט

לעב נישט ווי א ארימאן צו קענען שטארבען ווי א עושר
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:09 am#169784
איציק האט זייער א שיינע חתימה אבער ס'איז צו גרויס און ס'גייט אויף די נערווען.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 10:50 am#169795
רויטע וואנצעס:

א שטורעמיש ווינקל צו שמועסן, פאברענגען, לאכן, וויינען, שרייען, גראפיטין, חוזק'ן, זינגען, טאנצן, רעדאגירן און קריכן אויף די געהירן.
מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:03 pm#169826
איציק האט א פיינע חתימה.

👍

איך וויל קאמענטירן וועגן א ניק נישט וועגן א חתימה ווי טוט מען דאס ?