פארומס › קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

קאמענטארן אויף אונטערשריפטן

550 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2405
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:24 pm#136240
מ'דארף אוועקלייגן די אלטע אונטערשריפטן דא, ס'זאל נישט פארגעסן ווערן מאורך הגלות.

דו מוזט נישט גלויבן וואס דו ווילסט נישט גלויבן,
דו קענסט אויך גלויבן וויבאלד יענער גלויבט,
דער חילוק וועט זיין צי דו גלויבסט ווייל דו גלויבסט, צי דו גלויבסט ווייל דו קענסט נישט גלויבן.
------------------
יעדער מיינט זיך, און איך מיין מיך. אויב מיינט ער דיך, מער ווי ער מיינט זיך, ביסטו אדער קעגן שפיגל, אדער אין א מטה.
----------------
מיין לייק מיינט חלילה נישט קיין הסכמה אויף אייערע אומליבליכע לעכערליכע דעות.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:29 pm#136243
[ציטאט אראפגענומען]

קודם, תתחדש פאר דיין נייע חתימה.
כ'האב ערשט יעצט באמערקט דיין הערה אויף מיין חתימה, די סיבה פארוואס איך גיב קרעדיט פאר אייזיק, איז ווייל דורך אים בין איך inspired געווארן אין דעם פסוק. שוין יארן וואס איך זאג אויס ספר תהילים שבת אינדערפרי מיט די טערקישע ריפלעקטער טלית אויף די פלייצע אין די פאליש פון סקווירא שטיבל, אבער כ'האב מיך נישט אפגעשטעלט זיך צו מתעלס זיין מיט דוד המלך געבעט פאר יוסטיץ, פאר תיקון עולם, און פאר נקמה אין די רשעים.
ייש"כ ר' אייזיק. און ייש"כ פאר'ן מחבר פונעם ניגון.
א באזונדערע ייש"כ פאר'ן מאכן דעם ניגון אויף א נייע פסוק, נישט אויף צמאה לך נפשי.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:16 pm#136288
@זר זהב זיי מסביר דיין חתימה פליז

זומער כייייטאס

CU
מיטוואך יולי 31, 2013 12:52 pm#137462
[ציטאט אראפגענומען]


איך זעה נישט קיין סתירה צווישן מיין געדאנק און טאמבעל סאוס'. פארקערט, טאמבעל סאוס' איז אן עקסטענשאן פון מיין. בשעת מיין געדאנק שענקט א ספעציעלע וועליו פאר שטילע געלעכטער בכלליות, און ווי שטילער אלס בעסער, באציט זיך זיינס צו א פרטיות'דיגע און טאקע אולטימעט שטילקייט, די אפוועזענהייט פון אויגן און אויערן. אלו ואלו.
מיטוואך יולי 31, 2013 1:14 pm#137468
סאשי פיש
@זר זהב זיי מסביר דיין חתימה פליז

זומער כייייטאס

CU


והילד איננו, נישטא ווער ס'זאל מסביר'ן.
מיטוואך יולי 31, 2013 1:34 pm#137478
יואליש האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:די וועלט זאגט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער לעצטער.
יואליש טענה'ט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער שטילסטער.
טאמבל סאס, לעומתו, ארגומענטירט: לאכן לאכט דער וואס לאכט אפילו ווען קיינער זעהט נישט.
ואני אומר : לאכן לאכט דער וואס לאכט.


איך זעה נישט קיין סתירה צווישן מיין געדאנק און טאמבעל סאוס'. פארקערט, טאמבעל סאוס' איז אן עקסטענשאן פון מיין. בשעת מיין געדאנק שענקט א ספעציעלע וועליו פאר שטילע געלעכטער בכלליות, און ווי שטילער אלס בעסער, באציט זיך זיינס צו א פרטיות'דיגע און טאקע אולטימעט שטילקייט, די אפוועזענהייט פון אויגן און אויערן. אלו ואלו.



ולבי אומר לי שכל הצוחקים שוים, כל מי שרוצה ליטול את כתר הצחוק, יבוא ויטול.
מיטוואך יולי 31, 2013 2:44 pm#137499
גם צחוק מכאיב?
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:00 pm#137800
די וועלט זאגט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער לעצטער.
יואליש טענה'ט: לאכן לאכט, דער וואס לאכט דער שטילסטער.
טאמבל סאס, לעומתו, ארגומענטירט: לאכן לאכט דער וואס לאכט אפילו ווען קיינער זעהט נישט.
ואני אומר : לאכן לאכט דער וואס לאכט.
ורה"ק אומרת (פאר די ליבעראלע, קאווע שטיבל אומרת) לאכן לאכט דער וואס ליינט קופערניקוס תגובת.
זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:20 pm#138260
פאני, זר זהב האט געמיינט אז ער גייט האבן די לעצטע ווארט אין די גאנצע לאכן סומאטאכע, העל נא!
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:02 pm#139027
ATUB @שרגא ATUB האט א געוואלדיגע אונטערשריפט.

We need mercy, kindness, not judgement. (Describe, Matisyahu) i


ווי שיין וואלט די וועלט אויסגעזעהן ווען מיר לעבן אלע מיט דער motto.
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:26 pm#139035
כ'קען נישט מתקן זיין די וועלט.
אבער לכה"פ ביי מיר פרוביר איך צו לעבן מיט דער מאטא.
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:52 pm#139045
הוגה האט געשריבן:@שרגא האט א געוואלדיגע אונטערשריפט.

We need mercy, kindness, not judgement. (Describe, Matisyahu) i


ווי שיין וואלט די וועלט אויסגעזעהן ווען מיר לעבן אלע מיט דער motto.


דא האסטו די טייערער ווערטער אין א מוזיקאלישן לבוש.
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 4:56 pm#139048
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'קען נישט מתקן זיין די וועלט.
אבער לכה"פ ביי מיר פרוביר איך צו לעבן מיט דער מאטא.


א ברכה אויף דיר! וכמוך ירבו בעולם!
און דו ביסט טאקע לעבעדיגע פרוף ווי שטארק די וועלט דארף דאס, וויל דאס, ליבט דאס. קוק נאר אויף דיין רעקארד-הויכן צאל "לייקס"...
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 8:41 pm#139128
שרגא האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:@שרגא האט א געוואלדיגע אונטערשריפט.

We need mercy, kindness, not judgement. (Describe, Matisyahu) i


ווי שיין וואלט די וועלט אויסגעזעהן ווען מיר לעבן אלע מיט דער motto.


דא האסטו די טייערער ווערטער אין א מוזיקאלישן לבוש.


א הערליכע ניגון, פיין אראפ געלייגט. יישר כח פאר די מראה מקום.

Every single person In this world is a gem Gotta love your brother No need to condemn We need mercy, kindness Not judgment
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 9:55 pm#139593
ATUB @יאיר ATUB 'ס נייע חתימה רופט אויס אז
no hope for the human race
. א פלא נאר ווי ער כאפט נישט אז מיט דער תוכן פון זיין פרעזענליכקייט און זיינע תגובות איז ער דאס סותר יעדעס מאל. מענטשען ווי עם זענען א סימבאל פון האפענוג פאר די מענטשליכע ראסע. שוין, זעהט אויס ער האט זיך פארליבט אין די מהלך אז יעדער תגובה זיינער זאל זיין א פאראדאקס.

ואסיים בחתימתי העתיקה, הוא לא ישתנה ואנחנו לא נשתנה. i have a dream.

ובדברי דזשאן לענאן, you may say i'm a dreamer, but im not the only one
דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:43 pm#141430
עס איז מיר שטארק געפאָלן דער אונטערשריפט פון אונזער נייער חבר, ATUB @שליח ATUB :
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
סקעפטיציזם איז לאו-דוקא א צייכן פון בראַווע טראכטן; עס קען פונקט אזוי זיין א צייכן פון אינטעלעקטואלער פחדנות. - דזשאן בעלאָף

א וויכטיגער - און אמתער - פונקט.
דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:44 pm#141432
איז שליח דיין אכטער ניק ?
מיטוואך אוגוסט 14, 2013 4:34 pm#141876
ATUB @יואב ATUB
I tried to think, but nothing happened

:like

שרייב צו קרעדיט: קורלי; די דריי סטודז'עס.
מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:37 pm#141977
לתקופת השנה האט ונבנתה דערהיינטיגט זיין חתימה.
מיטוואך אוגוסט 14, 2013 11:52 pm#141980
ATUB @קאווע טרינקער ATUB 'ס נייע חתימה:
רוב אמונות און דעות וואס מענטשען האבען זענען מושפע פון טויזענטע גורמים נגיעות און ענינים און עס איז נישט מעגליך פאר קיינער צו זאגען זכיתי לבי און איך גיי נאר מיט דער אמת מפני שהוא אמת און אלע אנדערע זענען פאנטאזירערס און שקרנים. (מרן שליט"א דמתקריא ע"ש עיר לעיקוואד)

וויבאלד אז מרן שליט"א איז נישט קיין עניו וואס מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון א קאמפלימענט נאר גיט אפ א שכויעח נעם איך דא דער געלעגענהייט צו לייקען די דברי חכמה וואס קאווע טרינקער האט אריינגעשריבען אין זיין חתימה און אויף דעם וואס ער האט געטראפען מיינע ווערטער גענוג אינטרעסאנט עס צו טוישען מיט אייזיק האניג בשם דוד המלך.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:03 am#141989
ונבנתה העיר האט געשריבן:לתקופת השנה האט ונבנתה דערהיינטיגט זיין חתימה.

פאר אזא טיפע חתימה פאדערט זיך א לענגערע ערקלערונג.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 2:50 am#141992
לאמיך פראבירן, אפס קצהו...

אָמַר וְנִבְנְתָה: אֶל עֵבֶר הַחַלּוֹן נִשְׁקָפְתִּי וְנָתַתִּי אֶל לִבִּי כִּי שָׁבַת הָאָדָם מִמֶּנּוּ, חֹמֶר וְגֶשֶׁם – וְרוּחַ אָיִּן, בְּחַנְתִּיו, וְהִנֵּה הוּא תּוֹלְדַת מִקְּרָיו – כַּאֲשֶׁר יֵלֵךְ הַמִּקְרֶה כָּךְ יִתְעַצֵּב לִבּוֹ וּדְמוּתוֹ, לִרְגָעִים אֶבְחָנֶנוּ, כַּאֲשֶׁר יֹאמַר הֶחָכָם כִּי אֵין הַוויַית רֶגַע מוּל רֶגַע נוֹצֶרֶת כִּי אִם בְּהִתְחַדֵּשׁ מִקְּרָיו, וְאֶל מִי יִקָר הַמִּקְרֶה?

כ'האב פונקט היינט געשמועסט מיט איינעם, אינעם גייסט פון שמעקעדיג'ס אשכול, אין דעם ענין פון ריבוי גיטין.

לדעתי איז איינע פון די סיבות די שוואכקייט פון היינטיגע נפשות, עס איז כלים בלי אורות, א מענטש האט גארנישט קיין מהות, קיין הגדרה עצמית, אויף וועמען די מקרים זענען זיך מתלבש, אז אמאל האט א מענטש געהאט אן אויסגעקנעטענעם נפש, ער איז געווען געווען א געוויסע מציאות מיט דיימענטשענס, און עס האט איהם געטראפן א מקרה, האט זיין מהות העכסטענס געשיינט מיט'ן קאליר פון דעם מעמד ומצב וואס האט איהם פונקט יעצט באטראפן, וכמשל האורות וכלים דע"ס אז דער אור איז דער זעלבער נאר עס שיינט דורך די כלי מיט'ן קאליר פונעם כלי, דער מקרה, וואס כשמו כן הוא – מקרה, האט איהם אבער נישט דורכגענומען אויף צו טוישן זיין מהות – לבלתי הכות אותו כל מוצאו.

וכבר קוננתי; די אמאליגע, זיי האבן 'געזאגט' די מאמרים וואס מיר קענען אלס 'קוואוטס', דאס קומט פון האבן א נפש, א נפש וואס האט וואס צו זאגן אפגעזעהן פון מצבים וואס פאלן אויף איהם.

אבער אז די מקרים זיי זענען די וואס פארעמען א מענטש, אז א שווערע טאג ארבעט מאכט איהם פאר א-שווערע-טאג-ארבעט, אז א בלויע בעקטישע מאכט איהם פאר א בלויע בעקטישע וכו' וכו', איז וואס איז געבליבן פונעם מין האנושי? א צירוף מקרים? א גרינער א ווייסער, א פרייליכער א גערעגטער? זאכן וואס וואלטן געדארפט זיין נישט מער ווי געוויסע מצבים\זמנים אין עפעס א געוויסע עצם?

עכ"פ, זאגט ער אזוי, אָמַר וְנִבְנְתָה: אֶל עֵבֶר הַחַלּוֹן נִשְׁקָפְתִּי וְנָתַתִּי אֶל לִבִּי כִּי שָׁבַת הָאָדָם מִמֶּנּוּ, הייבט ער אהן בסגנון של נחמה, איך מוז נישט פארשוועמט ווערן מיט אלעס וואס טוהט זיך אפ אויף דער וועלט, איך זיץ מיר ביי מיר אין צימער און די וועלט איז נישט מער ווי א פארשטעלונג אין מיין פענסטער וואס איך באטראכט פון וואו איך זיץ.

באטראכט ער די וועלט און זעהט אז קיין מענטשן געפינען זיך שוין נישט אויף איהר.

חֹמֶר וְגֶשֶׁם – וְרוּחַ אָיִּן, אלעס איז נאך דא, די אטאמען זענען נאך אויפן פלאץ, אבער א רוח אין זיי איז נישט צום געפינען, [ע"ש הפסוק נשיאים ורוח וגשם אין].

בְּחַנְתִּיו, וְהִנֵּה הוּא תּוֹלְדַת מִקְּרָיו – כַּאֲשֶׁר יֵלֵךְ הַמִּקְרֶה כָּךְ יִתְעַצֵּב לִבּוֹ וּדְמוּתוֹ, [ע"ש הפסוק ויתעצב אל לבו, ולענינינו הוא מלשון עיצוב].

לִרְגָעִים אֶבְחָנֶנוּ, כַּאֲשֶׁר יֹאמַר הֶחָכָם כִּי אֵין הַוויַית רֶגַע מוּל רֶגַע נוֹצֶרֶת כִּי אִם בְּהִתְחַדֵּשׁ מִקְּרָיו, [ע"ש הכתוב לרגעים תבחננו] זאגט ער אזוי, לאמיר בוחן זיין דעם מענטש מיט רגעים, זמן – עכ"פ אין א געוויסע דרגא – איז נאר שייך ווען עס געשעהן שינויים כידוע, ווען אלעס זאל בלייבן שטיין וועט קיין זמן נישט זיין, איז אז א מענטש איז נישט א מהות אויף וועמען מצבים טוהען זיך אהן – ער באשטייט נאר פון די מקרים, איז ער דאך סתם נישט קיין מציאות, א רגע צוריק ביסטו געווען א געוויסע מצב, יעצט איז יענע מצב בטל און דו ביסט א נייע מצב, איז וואס איז מחבר די פארגאנגענע רגע מיט'ן יעצטיגן? די פארגאנגענע רגע\מצב איז אויך געווען דו?

וְאֶל מִי יִקָר הַמִּקְרֶה? איז צו וועמען געשעהט די יעצטיגע מקרה, די פארגאנגענע מקרה איז דאך שוין פארגאנגען, זאת ועוד, אז ער איז כולו מקרים, קען דען געשעהן א מקרה צו א מקרה? דארפן נישט מקרים פאסירן צו א געוויסע עצם וואס טוהט זיי אהן אויף זיך?
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:06 am#141994
:like. הערליך ונבנתה!
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:08 am#142001
יואב האט געשריבן::like. הערליך ונבנתה!
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 11:57 am#142033
ונבנתה העיר האט געשריבן:לדעתי איז איינע פון די סיבות די שוואכקייט פון היינטיגע נפשות, עס איז כלים בלי אורות, א מענטש האט גארנישט קיין מהות, קיין הגדרה עצמית, אויף וועמען די מקרים זענען זיך מתלבש, אז אמאל האט א מענטש געהאט אן אויסגעקנעטענעם נפש, ער איז געווען געווען א געוויסע מציאות מיט דיימענטשענס, און עס האט איהם געטראפן א מקרה, האט זיין מהות העכסטענס געשיינט מיט'ן קאליר פון דעם מעמד ומצב וואס האט איהם פונקט יעצט באטראפן, וכמשל האורות וכלים דע"ס אז דער אור איז דער זעלבער נאר עס שיינט דורך די כלי מיט'ן קאליר פונעם כלי, דער מקרה, וואס כשמו כן הוא – מקרה, האט איהם אבער נישט דורכגענומען אויף צו טוישן זיין מהות – לבלתי הכות אותו כל מוצאו.

קלינגט אביסל פון ניטשע'ס קריטיק אויף מאדערן סאסייעטי, אז מיר אלע זענען נישט מער ווי ליידיגע ארונות, א קאלעקציע פון מניעים וואס מאכן אונז וואס מיר זענען, און מאכן אונז טוהן וואס מיר טוען.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:01 pm#142035
הערליך ונבנתה,
יא, ווי געפילטע פיש זאגט, ווען איך האב עס געליינט איז מיר איינגעפאלן אז לעיקוואד וועט נאך איבערשרייבן איין טאג ונבנתה- זרטוסטרא נומער 2 אין אידיש.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:18 pm#142043
וויאזוי זאגט רעביצין פערי?

Do you ever feel like a plastic bag
?Drifting through the wind, wanting to start again
Do you ever feel, feel so paper thin
?Like a house of cards, one blow from caving in

?Do you ever feel already buried deep
Six feet under screams but no one seems to hear a thing
Do you know that there's still a chance for you
?'Cause there's a spark in you
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:06 pm#142063
הפלא'דיג, ווער איז די רביצין פערי
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 5:57 pm#142496
איך האב געזוכט א חתימה ממשנתם של גדולי מחנינו אשר מפיהם אנו חיים, ראשי היהדות החרדית הצרופה, הבית דין הגדול שבירושלים ורבותנו שבגולה התאחדות הרבנים, ולא מצאתי א בעסערע פתגם וואס פאראייניגט די גודרי הגדר ווי דאס וואס איז שגור על לשונם איבער זייער בויך ווייטאג, ואמרתי לעצמי לקבוע הדברים בדפוס ולחקקם על לוח לבי.
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:11 pm#142502
פלוץ פלצתי על הפלצות שנפלצת בו.
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 6:14 pm#142504
[ציטאט אראפגענומען]

פלצות אחזתני
(מרנן ורבנן גדולי ישראל לבושי פעצלים)
מוצ"ש אוגוסט 17, 2013 10:53 pm#142544
בענדזשאמין פרענקלין
פלוץ פלצתי על הפלצות שנפלצת בו.

ווארט צו ביז מוצ"ש וכשיטת קרעטשניף.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:27 pm#146520
@moti107, איך מוז דיר גראטולירן אויף דיין געוואלדיגע אונטערשריפט. עס איז אייזן!!!!


א איד צו זיין איז טייער Oh you bet!!!

א איד צו זיין איז גוט hmmmmm.....
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:29 pm#146522
גאר גוט!!!!!!!!!
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:26 pm#146542
[ניין.
מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 9:56 am#148004
טאמבל סאס
לאכן לאכט דער וואס לאכט אפילו ווען קיינער זעהט נישט.

מיין נייע חתימה איז:
רוב הרבנים והחרדים החוטאים בין אדם לחבירו, הם לפי הנראה רעים בטבע, וזו היא אחת מתחבולות היצר, לפרוש רשת לפני תועי רוח לסור מהם... (עיין בחתימת היימישער ליטוואק)
מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 11:51 am#148027
Second edition

א איד צו זיין איז טייער !!!!!oh you bet

א איד צו זיין איז גוט ......hmmmm

.The total Jewish population is smaller then the statistical errors of the Chinese census
Milton Himmelfarb
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:15 pm#149927
@קאווע טרינקער, וואס איז פשט אין די נייע אונטערשריפט?

קדש חייך בתורה וטהרם בעבודה!


אויך וואס איז פשט אין די קאלירן? ס'דערמאנט פון די מונקאטשער פאן... 😉
דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:33 pm#149932
דאס איז דער סיסמה פון תנועת בני עקיבא.

די קאלירן זענען סתם פאר איטענשטאן.
זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:17 pm#150260
סדא וואס זאגען אזוי:

ווען וועלט איז געווען וועלט האט מען נישט געזאגט ״ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט״ ווייל דעמאלטס איז דאך די וועלט געווען וועלט!״
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:08 pm#150551
געפילטע פיש שרייבט:
When I die I wanna be a screen saver

איינער דא גלייכט סקרינסעיווערס פון געפילטע פיש?
מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 2:23 pm#150613
מאי שנא מן ביניתא?
מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 10:18 am#151121
קאווע טרינקער

די קאלירן זענען סתם פאר איטענשטאן.

אינטרעסאנט.
מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 11:29 am#151139
זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:18 pm#151451
זעה איך ווי @moti107 האט זיך עפעס א נייע אונטערשריפט.
בדחן + שרגא + לעיקוואד = שליח


עפעס שטימט מיר נישט די מאטעמאטיק. איינער קען מיר ארויסהעלפען?

(עפעס גייט עס אזוי : -++-+-+=?)
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:59 am#151486
בעסער?
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:51 pm#151543
כ'האב עס פרובירט אויסצורעכענען, אבער ס'איז אויסגעקומען NaN.
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:13 pm#151548
לעיקוואד
זעה איך ווי @moti107 האט זיך עפעס א נייע אונטערשריפט.
בדחן + שרגא + לעיקוואד = שליח


עפעס שטימט מיר נישט די מאטעמאטיק. איינער קען מיר ארויסהעלפען?

(עפעס גייט עס אזוי : -++-+-+=?)


בדחן + שרגא + לעיקוואד = שליח, דהיינו ליבאוויטש?

דארף מען פרעגן @ונבנתה העיר(ער לעבט נאך אדער פארשווינדען?)
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:50 am#151701
אודאי, ווער דען ברענגט אביסל שמחה און ליכטיגקייט אין לעיקוואד אז נישט א שליח?...
דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:57 am#151702
איך כאפ נאר נישט פונקטליך ווי שרגא קומט אריין אינעם חשבון, איך וואלט געמאכט דעם חשבון פשוטער, בדחן + לעיקוואד = שליח