סקען זיין, אז חברים דא האבן שוין אנגעמערקט וואס איך גיי זאגען, כ'גיי אבער נישט מדייק זיין, טעגן און לינקען, איך בין שוואך, כהאב נישט די כוחות פאר דעם.
איינמאל איינס איז, אז דער גאנצער פזמון איז א פארדרוסליכער טעות, און עס איז גאר פונקט פארקערט "מתחיל בשמים ומסתיים בשיריים".
אקעי, איך האב שוין פארדרייט די יוצרות און וואס איז יעצט?
די ערשטע הנחה, איז קבוע כמסמרים, אז מחשבה וחכמה בכדי להגיע לידי מעשה איז קיין מחשבה נישט. אויב איינער וויל טראכטען כדי צוקומען צו א געוויסע סטאטוס, א געוויסע מהלך מעשי, איז גוט אין גיהינום.
מען דארף קענען אנקומען לידי מעשה, אפילו די מח איז נאך לער, אדער בלייבען אפילו די מח ווירבעלט ווילד. או.טו.די. דארף מען קענען גיין אפילו מען קען נישט גארנישט, און מען האט נישט קיין פראג. און מען דארף קענען בלייבען און די סירקעלס, אפילו ווען מען איז שוין אנגעפיקעוועט.
דאס אז א או.טו.די. דארף זיך אפיציעל ערקלערן אז פון די פעמפערס האט ער שוין געהאט פראגען און שאלות אויף נהמי דכסיפין, און אז ער האט שוין פוגם געווען מרחם אימו, איז א טעות. און דאס אז איינער בלייבט גלויביג, און אין די מצב וואס ער איז, מוז בעל כרחך זיין איינער וואס זיין מח איז אים לער, איז א טעות. בא מישהו ובילבל את הכל.
מען קען זיך דערקלרען או.טו.די. סתם ווייל סשמעקט מיר, עס ציעט מיר אן קיין באזונדערע אינטלעקטולע רעכענונגען. און מען קען בלייבען גלויביג, אויך אן קיין אינטלעקטולע רעכענונגען. אויפגעהערט מיט דאס דן זיין אויפן חיצוניות'דיגען חלק המעשי און סטאטוס וואס א מענטש גיבט זיך ארויס.
איך קען יידן מיט נאסע מקווה פיאות, וואס קענען זיצן שבת צופרי מיט צועפנטע ספרי מחשבה, מיט פארגלאצטע אויגען צום הימל, און זייערע מחשבות פירט זיי עד הסוף. און איך קען יידן וואס קענען זיצן שבת צופרי מיט צועפנטע לעפטאפס און טוויטען, אן קיין זיז כלשהו פון אינטלעקטואליזם.
וואס זאל איך זאגען, אז די פוילישע מהלך, און נקודת מבט אויף פסוקי התורה, האבן מיר נישט געברענגט מחשבות פון בקורת המקרא? סהאט מיר יא!
וואס זאל איך זאגען, אז אחד העם'ס שטיקל אויף משה האט מיר נישט געברענגט צו א געוויסע אמונה אין משה, מער וואס די גלויביגע האבן? סהאט יא!
וואס זאל איך זאגען, אז ווען איך זיץ איבער צועפנטע ספרי התלמוד והלכה, איז דער פיוט המתמיד פון ביאליק'ן צינד מיר נישט אן די פייער פון התמדה און אהבת התורה, מער ווי עפעס א ישיביש ווערטל פון ווייסעכוועם? סטוט יא!
וואס זאל איך זאגען, א גוט שטיקל פראגע אויף חז"ל פינעם חזון איש, האבן נישט מינעמזירט ביי מיר די אמונה אין חז"ל? סהאט יא!
וואס זאל איך זאגען, האט נישט די רמב"ם [ יעצט מיט א ציטערדיגען טאן פון א מוסר'ניק ] צו ווארפען אלע נאעיווע יסודות אין מיר? סהאט יא!
נאר וואס דען, אמונה מעשי, איז אין מיינע אויגען א שפיל, גוט פאר דראמאטאציע, און געטליכע עקספריענס.
איך האב ביי מיר אין דרעפטס אפגעשריבען גאנצע מגילות און פאעזיעס איבער די נקודה וואס איך גיי יעצט אנרירען.
מיין תאווה איז צו לעבן א צופליקט לעבן, א צוריסען הארץ. איך אינדענטפציר זיך מיטן קאצק'ער, א פיס אין גנזי מרומים, א פיס אין מבואות האפילות, אבער ווייטער נישט באופן מעשי. מיין שפיגל איז די שקיעה. מיינע העלדן זענען די וואס האבן קיינמאל געלעבט א חיים טובים און געווען צופרידען מיט זייער סטאטוס. אינעם זעלבן ווינקל וואו חיים גראדע מיט ביאליק זיצן אין מיר, טאקע דארט, ווילדעוועט דער קאצקער, און דער איזשביצער גלעט. ביי מיר האט דאס לעבן א פראדאקסאלער פאעטישער משמעות. יא איך וויין פון א שטיקל ביאליק, און איך וויין פון א שטיקל ליקוטי תורה איבער מלכות אלוקי. און איך וועל און איך וויל נישט זיך אוועק שטעלן און זיך מסדר זיין, זיך דערקלערן, זיך אינדענטיפעצירן. איך וועל און איך וויל אלעמאל בלייבען א פארהוילענער גייסט, מיך אליינס נישט קענען משיג זיין.
און דער שאלה אין דער ווירקליכקייט איז, וואו קומט מען אן מיטן טראכטען הויעך...