הויפט זייט » יסודות פון אמונה 1 כוזרי
יסודות פון אמונה 1 כוזרי
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
205 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8327
מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:09 pm#255560
און איז א נייע ספר נישט א נייע רעליגיע
מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:11 pm#255561
געוואלדיג האט געשריבן:א) אלע אונזערע עלטערן געבן איבער מתן תורה אז זיי האבן דאס געהערט פון זייערע עלטערן און זיי פון זייערע עלטערן און זיי פון זיערע עלטערן וכו' נישט אז עס שטייט אין עפעס א ספר נאר אז זיי האבן מקבל געווען פון זייערע אבות די אמיתות פון די ספר,
מיין טאטע האט מיר קיינמאל נאך נישט געזאגט אז ער האט געהערט פון זיין טאטע אז ער האט געהערט פון זיין טאטע וועגן מתן תורה, סך הכל זאגט ער נאך פון ספר החינוך אז מתן תורה איז מקובל איש מפי איש וכו'.....
בקיצור, איך זע נישט אז עס זאל זיין מקובל איש מפי איש, נאר די ספרים הקדושים זאגן אז דאס איז א זאך וואס גייט אריבער מדור דור
מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:12 pm#255562
געוואלדיג האט געשריבן:און איז א נייע ספר נישט א נייע רעליגיע
למאי נפק"מ?
מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:16 pm#255564
אפשר:
געוואלדיג האט געשריבן:
א) אלע אונזערע עלטערן געבן איבער מתן תורה אז זיי האבן דאס געהערט פון זייערע עלטערן און זיי פון זייערע עלטערן און זיי פון זיערע עלטערן וכו' נישט אז עס שטייט אין עפעס א ספר נאר אז זיי האבן מקבל געווען פון זייערע אבות די אמיתות פון די ספר,
מיין טאטע האט מיר קיינמאל נאך נישט געזאגט אז ער האט געהערט פון זיין טאטע אז ער האט געהערט פון זיין טאטע וועגן מתן תורה, סך הכל זאגט ער נאך פון ספר החינוך אז מתן תורה איז מקובל איש מפי איש וכו'.....
בקיצור, איך זע נישט אז עס זאל זיין מקובל איש מפי איש, נאר די ספרים הקדושים זאגן אז דאס איז א זאך וואס גייט אריבער מדור דור
גאנץ היסטאריע איז געבויעט אויף ספרים. א ספר וואס יעדער פון די דור איז מסכים אז ס'איז אמת און אין אלע דורות ווייטער איז אנגענומען דור אחר דור אז ס'איז אמת און אין יענע ספר שטייט אז אין די דור וואס די ספר איז געשריבן געווארען איז געשעהן א מעשה וואס מיליאנען מענטשן האבן געזעהן דאן איז עס פשוט אז ס'איז אמת. כמבואר לעיל באריכות. חוץ אויב מ'קען אויפווייזען אויף א צייט ווען ס'איז אריין געקומען אין היסטאריע אזוי ווי דער זוהר וואס ס'איז געשריבען דורך תלמידי רשב"י און ס'איז פארלוירען געווארען ביז די צייט פון די ראשונים.
מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:16 pm#255565
@מאטי האט נישט יאשקע בעצמו געטענ'ט אז ער.ברענגט א נייע תורה א ברית החדשה?
מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:17 pm#255566
א נייע רעליגיע אין אידישקייט דארף מסורה אבער א נייע ספר איז גרינגער צו מקבל זיין
מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:18 pm#255567
אפשר האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:א) אלע אונזערע עלטערן געבן איבער מתן תורה אז זיי האבן דאס געהערט פון זייערע עלטערן און זיי פון זייערע עלטערן און זיי פון זיערע עלטערן וכו' נישט אז עס שטייט אין עפעס א ספר נאר אז זיי האבן מקבל געווען פון זייערע אבות די אמיתות פון די ספר,
מיין טאטע האט מיר קיינמאל נאך נישט געזאגט אז ער האט געהערט פון זיין טאטע אז ער האט געהערט פון זיין טאטע וועגן מתן תורה, סך הכל זאגט ער נאך פון ספר החינוך אז מתן תורה איז מקובל איש מפי איש וכו'.....
בקיצור, איך זע נישט אז עס זאל זיין מקובל איש מפי איש, נאר די ספרים הקדושים זאגן אז דאס איז א זאך וואס גייט אריבער מדור דור
פרעג איהם,
ווער האט איהם דערציילט און פארהייליגט דעם ספר החינוך?
מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:43 pm#255572
לפי שיטות עובדיה יוסף האב איך נישט -אלץ אן אשכנזי וואס שטאמט פון די כוזרים- קיין מסורה איש מפי איש. איז הותרה הרצועה? הייסט עס יעצט דארף איך מיך פארלאזען אויף די פרימיטיווע תימני יידן פאר מיין לאגיק?
מאנטאג פעברואר 23, 2015 9:48 pm#255574
ווארט זאגער האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:ווארט זאגער דו מאכסט מיר לאכן. די שומרונים האבן נישט קיין מסורה ווייל זיי זענען אנגעקומען סוף בית ראשון און האבן נישט קיין מסורה איז פונקט ווי זאגן אז חסידים זענען אנגעקומען 300 יאר צוריק און האבן נישט קיין מסורה, כאילו חסידים\שומרונים שטאמען פון גרים.
געפילטע זיי מיר מסביר די דזשאוק איך וויל מיטלאכן. אויף די חידושים פון חסידות איז נישט דא קיין מסורה דער בעש"ט האט עס מקבל געווען פון אחי' השילוני און פון אלי' הנביא הגם עס איז אפצולערנען קבלה איז אזויווי דער רמח"ל איז מסביר די נמשל פון קבלה בשם א מגיד פון הימל וואס האט געלערנט מיט אים.
כ'האב נישט געמיינט תורת החסידות, כ'האב געמיינט אז דאס אז דו רופסט די שומרונים שומרונים געט זיי נישט ווייניגער רעכט זיך צו רופן אוטענטישע אידן ווי דיר, די שומרונים האבן גערופן די אנשי כה"ג די "פרושים". די שומרונים זענען אין ערגעץ נישט "אנגעקומען" זיי זענען געווען דארט פארדעם פונקט ווי די פרושים, נאר דעמאלס האט זיך געמאכט א חילוקי דיעות, די פרושים האבן געלערענט איין פשט און די שומרונים א צווייטע פשט. זיי האבן נישט אנגענומען די פרושים'ס "תורה שבעל פה".
געוואלדיג האט געשריבן:און די עדות אויף דעם איז ער אליין, עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה
פונקט ווי חז"ל זענען אליינס מעיד אויף תושב"פ.
ווארט זאגער האט געשריבן:דער זוהר טוישט גארנישט פון יהדות
ישו האט אויך גארנישט געטוישט, עכ"פ נישט מער ווי די פרושים האבן געטוישט.
געוואלדיג האט געשריבן:א נייע רעליגיע אין אידישקייט דארף מסורה אבער א נייע ספר איז גרינגער צו מקבל זיין
ישו האט זיך נישט געהאלטן פאר א נייע רעליגיע, ער האט זיך געהאלטן ווי די ריכטיגע ממשיך פון אידישקייט, אן אייניקל לבית דוד וואס וועט מולך זיין אויף אידן און זיין זייער משיח בן דוד.
מאנטאג פעברואר 23, 2015 10:48 pm#255582
עטליכע נקודות, שלא כדרכי נישט אריינצורעדן אין א עסק ווי דער נקודות האמת איז נישט וואס מ׳זוכט. געשריבן שנעל, מגלה טפח ומכסה טפחיים כמי שכפאו שד:
ערשטנט קוקט אויס דער גאנצער עסק ווי circular logic. דהיינו, א ראיה אז די תורה איז אמת ווייל 600,000 טויזענט מענטשן האבן עס איבערגעגעבן פאר די קינדער, אין מיר ווייסן דאך אז דער מעשה איז אמת ווייל ס׳שטייט מפורש אין די תורה. און די תורה מיז דאך זיין אמת מחמת די מעשה. און די מעשה מיז דאך זיין אמת ווייל ס׳שטייט אין די תורה...
צווייטנס, און די היסטוריה פון כלל ישראל איז כמעט נישט געווען א תקופה וואס גאנץ (אדער אפילו רוב, מעגליך) ״כלל ישראל״ האט מודה געווען אונ׳ם אנכי ה׳ אלוקיך, חוץ אונטער צוואנג פון שווערד און טעראר כבימי חזקיהו אדער ווען די רוח המקום והזמן פונ׳ם גאנצען ארום האט אויך געגלייבט און דעם פאקט, ווי אונ׳ם מיטל-אלטער. דאס ווייזט נישט אויף א פאקט וואס ״גאנץ כלל ישראל״ האט מקבל געווען דור אחר דור.
אויך, די טענה אז מיר האבן מקבל געווען דור אחר דור די מעמד הר סיני קוקט אויס היפש לעכערליך במשקל השווה. ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, אויב זאל דאס זיין אמת דאן זאגזשע נאר ווער איז געשטאנען אויף דיין זיידנס לינקע זייט בשעת יעדער האט געחלש׳ט? האסטו מקבל געווען איין ארעמען פאקט פונ׳ם גאנצען מעשה וואס ווערט נישט דערמאנט און חז״ל? ניין? איז דאך קלאר אז נישט דער פאקט פון מעמד הר סיני האסטו מקבל געווען, נאר האסט מקבל געווען אז מיר האבן הייליגע ביכער וואס מ׳מוז גלייבן אלעס וואס שטייט דערין. אויב אזוי איז דאך ככל הגויים בית ישראל, עפ״ל.
אויך דאס אז נאר ביי אונסזהאט גאט זיך באוויזן פאר מער ווי אפאר יחידים איז פשוט נישט קראנט, דער קריסטליכער גאט (אדער די מאמע / מלאך / שכינה) האט זיך באוויזן פאר דרייסיג טויזענט מענטשן ווייניגער ווי הונדערט יאר צוריק (!!!) ווי זי האט פאראויס געזאגט, ווי ס׳איז דעמאלטס געווען באשריבן אין די נייעס.
m http://en.m.wikipedia.org/wiki/Miracle_of_the_Sun m
כאטשיג קיין סאך האט זי נישט געזאגט. ווידעראום די אזטע״ק גאט האט זיך אויך באוויזן פארן גאנצען שבט און איז יא געווען מער רעדעוודיג:
m http://orthoprax.blogspot.com/2007/06/a ... ation.html m
אויך איז דער גאנצען ראיה מופרך מתוכו. מיר זעען דאך אז מענטשעו טענה׳ן אז מ׳האט מקבל געווען דור אחר דור זאכן וואס מיר ווייסן קלאר אז ס׳קען נישט זיין אמת, ווי למשל אז שפראך האט זיך אנגעהויבן ביי די דור הפלגה און די מענטשהייט האט זיך אנגעהויבן ביי נח. מוז מען דאך זאגן בעל כרחך אז סך הכל וואס מ׳האט מקבל געווען איז נישט די אלע פאקטן נאר דער פשוטער ״פאקט״ אז אונזער ליטעראטור מיז זיין אמת, ווי אויבן געזאגט. ובעל כרחו יענה אמן. (בתמיה.)
בקיצור, ווען נישט וואס מיר ווייסן דעם סוד, קוקן די אלע מעשיות אויס ווי א מיטאס וואס דער פאלק (עכ״פ א חלק פונ׳ם פאלק) האט אנגענומען צוביסלעך איבער די דורות מחמת סיבות שונות, ווי אלע אנדערע מיטאס. נאר ס׳האט געזאגט מער מזל ווי אנדערע, שלא כמן דאמר אין מזל לישראל. והוא רחום יכפר.

מאנטאג פעברואר 23, 2015 11:17 pm#255587
קול דודי האט געשריבן:עטליכע נקודות, שלא כדרכי נישט אריינצורעדן אין א עסק ווי דער נקודות האמת איז נישט וואס מ׳זוכט. געשריבן שנעל, מגלה טפח ומכסה טפחיים כמי שכפאו שד:
ערשטנט קוקט אויס דער גאנצער עסק ווי circular logic. דהיינו, א ראיה אז די תורה איז אמת ווייל 600,000 טויזענט מענטשן האבן עס איבערגעגעבן פאר די קינדער, אין מיר ווייסן דאך אז דער מעשה איז אמת ווייל ס׳שטייט מפורש אין די תורה. און די תורה מיז דאך זיין אמת מחמת די מעשה. און די מעשה מיז דאך זיין אמת ווייל ס׳שטייט אין די תורה...
די ראיה איז ווייל מען קען נישט אריין לייגן אין היסטאריע א מאורע אז זענען דארט געווען אזויפיל מענטשן אויב עס זענען נישט געווען, און עס קען אויך נישט זיין אז פון איין טאג אויפן צווייטן האט איינער אריינגברענגעט אזא מעשה אין א פאלק אז כך וכך היה אצל אבותיכם. אין ממילא א תורה וואס האט אזא מעשה איז בע"כ אמת.
צווייטנס, און די היסטוריה פון כלל ישראל איז כמעט נישט געווען א תקופה וואס גאנץ (אדער אפילו רוב, מעגליך) ״כלל ישראל״ האט מודה געווען אונ׳ם אנכי ה׳ אלוקיך, חוץ אונטער צוואנג פון שווערד און טעראר כבימי חזקיהו אדער ווען די רוח המקום והזמן פונ׳ם גאנצען ארום האט אויך געגלייבט און דעם פאקט, ווי אונ׳ם מיטל-אלטער. דאס ווייזט נישט אויף א פאקט וואס ״גאנץ כלל ישראל״ האט מקבל געווען דור אחר דור.
פון וואו ווייסטו די היסטאריע פון כלל ישראל?
אויך, די טענה אז מיר האבן מקבל געווען דור אחר דור די מעמד הר סיני קוקט אויס היפש לעכערליך במשקל השווה. ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, אויב זאל דאס זיין אמת דאן זאגזשע נאר ווער איז געשטאנען אויף דיין זיידנס לינקע זייט בשעת יעדער האט געחלש׳ט? האסטו מקבל געווען איין ארעמען פאקט פונ׳ם גאנצען מעשה וואס ווערט נישט דערמאנט און חז״ל? ניין? איז דאך קלאר אז נישט דער פאקט פון מעמד הר סיני האסטו מקבל געווען, נאר האסט מקבל געווען אז מיר האבן הייליגע ביכער וואס מ׳מוז גלייבן אלעס וואס שטייט דערין. אויב אזוי איז דאך ככל הגויים בית ישראל, עפ״ל.
נאך אמאל די ראיה איז נישט וויל אונז האבן דאס מקבל געווען, נאר וויל מען קען אונז נישט קומען פון איינע שיינע טאג דערציילן א מעשה אז עס גייט אזוי דור אחר דור, להבדיל פון די אנדערע גלויבונגען וואס זיי האבן נישט פראבירט אריינלייגו אזא פאקט און זיי האבן זיך אנגעפאנגען לכתחילה מיט יחידים
אויך דאס אז נאר ביי אונסזהאט גאט זיך באוויזן פאר מער ווי אפאר יחידים איז פשוט נישט קראנט, דער קריסטליכער גאט (אדער די מאמע / מלאך / שכינה) האט זיך באוויזן פאר דרייסיג טויזענט מענטשן ווייניגער ווי הונדערט יאר צוריק (!!!) ווי זי האט פאראויס געזאגט, ווי ס׳איז דעמאלטס געווען באשריבן אין די נייעס.
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Miracle_of_the_Sun
כאטשיג קיין סאך האט זי נישט געזאגט. ווידעראום די אזטע״ק גאט האט זיך אויך באוויזן פארן גאנצען שבט און איז יא געווען מער רעדעוודיג:
http://orthoprax.blogspot.com/2007/06/a ... ation.html
די חילוק איז זייער פשוט מען איז נישט געקומען פארציילן פאר א 600 טויזנט מענטשן אז זייערע עלטערן האבן געזען די שכינה הק' אימא עילאה, מען האט נאר דערציילט א מעשה אז עס איז געווען ערגערץ און די וועלט כך וכך, איז אדער די מעשה נישט געשטויגן אדער האבן זיי אלע געדמיונ'ט, דאס איז שוין אן אנדערע שאלה מאן יימא אז מתן תורה איז נישט געווען א דמיון
אויך איז דער גאנצען ראיה מופרך מתוכו. מיר זעען דאך אז מענטשעו טענה׳ן אז מ׳האט מקבל געווען דור אחר דור זאכן וואס מיר ווייסן קלאר אז ס׳קען נישט זיין אמת, ווי למשל אז שפראך האט זיך אנגעהויבן ביי די דור הפלגה און די מענטשהייט האט זיך אנגעהויבן ביי נח. מוז מען דאך זאגן בעל כרחך אז סך הכל וואס מ׳האט מקבל געווען איז נישט די אלע פאקטן נאר דער פשוטער ״פאקט״ אז אונזער ליטעראטור מיז זיין אמת, ווי אויבן געזאגט. ובעל כרחו יענה אמן. (בתמיה.)
בקיצור, ווען נישט וואס מיר ווייסן דעם סוד, קוקן די אלע מעשיות אויס ווי א מיטאס וואס דער פאלק (עכ״פ א חלק פונ׳ם פאלק) האט אנגענומען צוביסלעך איבער די דורות מחמת סיבות שונות, ווי אלע אנדערע מיטאס. נאר ס׳האט געזאגט מער מזל ווי אנדערע, שלא כמן דאמר אין מזל לישראל. והוא רחום יכפר.
מאנטאג פעברואר 23, 2015 11:28 pm#255591
מרקד אתלת האט געשריבן:[
[color=#4080FF]די ראיה איז ווייל מען קען נישט אריין לייגן אין היסטאריע א מאורע אז זענען דארט געווען אזויפיל מענטשן אויב עס זענען נישט געווען, און עס קען אויך נישט זיין אז פון איין טאג אויפן צווייטן האט איינער אריינגברענגעט אזא מעשה אין א פאלק אז כך וכך היה אצל אבותיכם. אין ממילא א תורה וואס האט אזא מעשה איז בע"כ אמת.
פארשטייט זיך אז ס׳גייט נישט פון איין טאג אויפן צווייטן. מיטאס וואקסט צוביסלעך, כדרך המיטאס מאז היתה הגוים לגוי. ווי ביי די אזטע״ק אין אסאך אנדערע. פונ׳ם פאקט אליין אז איינער האט אפגעשריבן דער מיטאס ברענגסטו א ראיה לאמיתו של דבר??
מאנטאג פעברואר 23, 2015 11:35 pm#255593
כלל ישראל איז אויך געבענטש געווארן מיט אסאך מיטא"ס,
אבער למשל היינט נאך צויי הונדערט יאר פון חסידות איז נישט דא קיין מיטאס און "מסורה מקובלת" ביי צדיקי טשערנאביל וכדומה, אז אחיה השילוני האט זיך באוויזן צום בעש"ט און פראנט פון טויזענטער מענטשן. און מיטאס"ן האבן זיך אויך זייער וועגן ווי אזוי זיי ואקסן אבער נישט אויף אזא פארנעם.
חוץ פון דעם וואס עס איז נישט דא קיין שום דבר הדומה למתן תורה פאר מתן תורה און אויך נישט לאחריו.

מאנטאג פעברואר 23, 2015 11:50 pm#255595
געפילטע פיש האט געשריבן:
כ'האב נישט געמיינט תורת החסידות, כ'האב געמיינט אז דאס אז דו רופסט די שומרונים שומרונים געט זיי נישט ווייניגער רעכט זיך צו רופן אוטענטישע אידן ווי דיר, די שומרונים האבן גערופן די אנשי כה"ג די "פרושים". די שומרונים זענען אין ערגעץ נישט "אנגעקומען" זיי זענען געווען דארט פארדעם פונקט ווי די פרושים, נאר דעמאלס האט זיך געמאכט א חילוקי דיעות, די פרושים האבן געלערענט איין פשט און די שומרונים א צווייטע פשט. זיי האבן נישט אנגענומען די פרושים'ס "תורה שבעל פה".
כ'וויל קודם קלאר מאכן איין נקודה אז ס'דא אחילוק צווישן שומרונים און צדוקים שומרונים זענען כותיים וואס סנחריב האט זיי געברענגט קיין ארץ ישראל ווען ער האט פארטריבן די עשרת השבטים און לייבן האבן זיי אויפגעגעסן האבן זיי זיך מגייר געווען אבער זיי האבן גלייכצייטיג אויך געדינט ע"ז. צדוקים וביסוסים זענען געווען תלמידים פון אנטיגנוס איש סוכו וואס וועגן קשיות אויף דינען דעם אייבערשטן שלא ע"מ לקבל פרס האבן זיי פוקר געווען און זיך געדינגען אויך חז"ל.געוואלדיג האט געשריבן:און די עדות אויף דעם איז ער אליין, עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליהפונקט ווי חז"ל זענען אליינס מעיד אויף תושב"פ.
חז"ל זענען נישט מעיד עס איז מוכרח פון די פסוקים כגון שחיטה וואס ס'שטייט דברים י"ב כא כאשר צויתיך און ס'קען נישט מיינען נאר בע"פ ווייל ס'שטייט נישט ערגעץ אנדערש. ועוד הרבה ראיות. און אויך איז עס א מסורה פון מעמד הר סיני, און די זעלבע כללים פונם אנפאנג אשכול גייט אן דא כ'האב פשוט שוין נישט קיין נערווען נאכאמאל צו שרייבן די זעלבע זאך צום ווייס איך וויפילטע מאל...ווארט זאגער האט געשריבן:דער זוהר טוישט גארנישט פון יהדותישו האט אויך גארנישט געטוישט,
ישו אליינס האט טאקע נישט געטוישט נישט מער וואס ער איז געווען א נביא שקר וואס איז חייב מיתה, ווייל ער האט נישט געוויזן קיין איין ראי' אז ס'איז אמת די נבואה וכמבואר ההלכה בהרמב"ם און אוודאי נישט די תנאים וואס משיח דארף ווייזען. נאר דאס וואס זיינע תלמידים האבן אים געמאכט פאר ע"ז און געטוישט גענצליך די תורה און געזאגט אז דער אייבערשטער האט אונז אפגעלאזט און די צייט וואס אין די תורה שטייט בפירוש אז דער באשעפער גייט אונז קיינמאל נישט אפלאזען דאס איז שוין יא געטוישט און אן קיין דעקונג נאר געבויעט אויך מעשיות צענדליגע יארן שפעטער אז ישו כביכול הגם ער איז גאט און ער האט זיך נישט געקענט ראטעווען פון טויט איז נאכאמאל נתגלה געווארען פאר זיינע 12 תלמידים און געטוישט די תורה, פארוואס אויב ער איז גאט האט ער זיך נישט געקענט באווייזען אין ירושלים פאר אלע יודען איז א פלא. בעצם קיין איין היסטאריקער אין יענע צייטען ברענגט אים נישט נאר די גמרא און מאכט בכלל נישט קיין מצב פון די אלע תורת לאקשן. ווען נישט דעם וואס דער רוימידער קיסר דארף זיי נוצן פאר זיין פאליטיק און ער צווינגט ארויף קריסטענטום אויף זיין געצן דינערישע פאלק וואלטן זיי קיינמאל נישט ארויף געקומען אויף די מאפע...
עכ"פ נישט מער ווי די פרושים האבן געטוישט.
וואס האבן די פרושים געטוישט, און ווען?געוואלדיג האט געשריבן:א נייע רעליגיע אין אידישקייט דארף מסורה אבער א נייע ספר איז גרינגער צו מקבל זיין
ישו האט זיך נישט געהאלטן פאר א נייע רעליגיע, ער האט זיך געהאלטן ווי די ריכטיגע ממשיך פון אידישקייט, אן אייניקל לבית דוד וואס וועט מולך זיין אויף אידן און זיין זייער משיח בן דוד.
קוק וואס כ'האב געשריבן פריער
דינסטאג פעברואר 24, 2015 12:04 am#255597
[/quote]קול דודי האט געשריבן:עטליכע נקודות, שלא כדרכי נישט אריינצורעדן אין א עסק ווי דער נקודות האמת איז נישט וואס מ׳זוכט. געשריבן שנעל, מגלה טפח ומכסה טפחיים כמי שכפאו שד:
וואס האבן מיר די זכי' אז איר גייט ארויס פון אייער דרך?
אויך איז דער גאנצען ראיה מופרך מתוכו. מיר זעען דאך אז מענטשעו טענה׳ן אז מ׳האט מקבל געווען דור אחר דור זאכן וואס מיר ווייסן קלאר אז ס׳קען נישט זיין אמת, ווי למשל אז שפראך האט זיך אנגעהויבן ביי די דור הפלגה און די מענטשהייט האט זיך אנגעהויבן ביי נח. מוז מען דאך זאגן בעל כרחך אז סך הכל וואס מ׳האט מקבל געווען איז נישט די אלע פאקטן נאר דער פשוטער ״פאקט״ אז אונזער ליטעראטור מיז זיין אמת, ווי אויבן געזאגט. ובעל כרחו יענה אמן. (בתמיה.)
אפשר ביסטו מסביר פארוואס מוז זיין אז די שפראכן האבן זיך אנגעפאנגען פאר דור הפלגה, און פארוואס מוז זיין אז די גאנצע וועלט שטאמט נישט פון נח
בקיצור, ווען נישט וואס מיר ווייסן דעם סוד, קוקן די אלע מעשיות אויס ווי א מיטאס וואס דער פאלק (עכ״פ א חלק פונ׳ם פאלק) האט אנגענומען צוביסלעך איבער די דורות מחמת סיבות שונות, ווי אלע אנדערע מיטאס. נאר ס׳האט געזאגט מער מזל ווי אנדערע, שלא כמן דאמר אין מזל לישראל. והוא רחום יכפר.
ביטע ווייז מיר וועלכע מיטאס איז אריין אזוי מיסטריעז אין כלל ישראל אזוי ווי דאס!
דינסטאג פעברואר 24, 2015 12:05 am#255598
יאסל ראקאווער האט געשריבן:לפי שיטות עובדיה יוסף האב איך נישט -אלץ אן אשכנזי וואס שטאמט פון די כוזרים- קיין מסורה איש מפי איש. איז הותרה הרצועה? הייסט עס יעצט דארף איך מיך פארלאזען אויף די פרימיטיווע תימני יידן פאר מיין לאגיק?
פרעג א שאלה פון א פראמינענטע דיין...
דינסטאג פעברואר 24, 2015 12:31 am#255603
ווארט זאגער האט געשריבן:יאסל ראקאווער האט געשריבן:לפי שיטות עובדיה יוסף האב איך נישט -אלץ אן אשכנזי וואס שטאמט פון די כוזרים- קיין מסורה איש מפי איש. איז הותרה הרצועה? הייסט עס יעצט דארף איך מיך פארלאזען אויף די פרימיטיווע תימני יידן פאר מיין לאגיק?
פרעג א שאלה פון א פראמינענטע דיין...
א מלך, א נביא און שפעטער א ווארט זאגער. א ריכטיגע מרקד אתלת
דינסטאג פעברואר 24, 2015 1:55 am#255612
ווארט זאגער האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:
כ'האב נישט געמיינט תורת החסידות, כ'האב געמיינט אז דאס אז דו רופסט די שומרונים שומרונים געט זיי נישט ווייניגער רעכט זיך צו רופן אוטענטישע אידן ווי דיר, די שומרונים האבן גערופן די אנשי כה"ג די "פרושים". די שומרונים זענען אין ערגעץ נישט "אנגעקומען" זיי זענען געווען דארט פארדעם פונקט ווי די פרושים, נאר דעמאלס האט זיך געמאכט א חילוקי דיעות, די פרושים האבן געלערענט איין פשט און די שומרונים א צווייטע פשט. זיי האבן נישט אנגענומען די פרושים'ס "תורה שבעל פה".
כ'וויל קודם קלאר מאכן איין נקודה אז ס'דא אחילוק צווישן שומרונים און צדוקים שומרונים זענען כותיים וואס סנחריב האט זיי געברענגט קיין ארץ ישראל ווען ער האט פארטריבן די עשרת השבטים און לייבן האבן זיי אויפגעגעסן האבן זיי זיך מגייר געווען אבער זיי האבן גלייכצייטיג אויך געדינט ע"ז. צדוקים וביסוסים זענען געווען תלמידים פון אנטיגנוס איש סוכו וואס וועגן קשיות אויף דינען דעם אייבערשטן שלא ע"מ לקבל פרס האבן זיי פוקר געווען און זיך געדינגען אויך חז"ל.
דו האלטסט אין איין מאכן די טעות פון פרעגען קושיות אויף אנדערע ווערסיעס פון היסטאריע וויבאלד דיין ווערסיע איז אנדערש. דאס וואס שטייט אין מלכים אז סנחריב האט געברענגט די שומרונים קיין ישראל איז וואס די אנדערע אידן האבן געזאגט, אבער זיי די שומרונים האלטן אז זיי זענען אידן מדור דור ביז די יוצאי מצרים. און אפילו ביי חכמי ישראל איז געווען א שטיקל חילוקי דעות, ווי מ'זעט אז רבי מאיר האט געהאלטן אז זיי זענען פון שבט יששכר. (בר"ר צ"ד). ווי אויך באשטעטיגט זייער DNA אז זיי זענען אייניקלעך פון אידן, און אפשר גאר פון א משפחה כהנים ממלכות ישראל וואס סנחריב האט נישט גענומען אין גלות.געפילטע פיש האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:און די עדות אויף דעם איז ער אליין, עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליהפונקט ווי חז"ל זענען אליינס מעיד אויף תושב"פ.
חז"ל זענען נישט מעיד עס איז מוכרח פון די פסוקים כגון שחיטה וואס ס'שטייט דברים י"ב כא כאשר צויתיך און ס'קען נישט מיינען נאר בע"פ ווייל ס'שטייט נישט ערגעץ אנדערש. ועוד הרבה ראיות. און אויך איז עס א מסורה פון מעמד הר סיני, און די זעלבע כללים פונם אנפאנג אשכול גייט אן דא כ'האב פשוט שוין נישט קיין נערווען נאכאמאל צו שרייבן די זעלבע זאך צום ווייס איך וויפילטע מאל...
נוצטו ווייטער די פשט פון חז"ל, וואס זיי זאגן פשט אין כאשר צוויתיך, און אז ס'דא א מסורה פון מעמד הר סיני אויף גאנץ תושב"פ, איז ווייטער סורקיולאר לאגיק.געפילטע פיש האט געשריבן:ווארט זאגער האט געשריבן:דער זוהר טוישט גארנישט פון יהדותישו האט אויך גארנישט געטוישט,
ישו אליינס האט טאקע נישט געטוישט נישט מער וואס ער איז געווען א נביא שקר וואס איז חייב מיתה, ווייל ער האט נישט געוויזן קיין איין ראי' אז ס'איז אמת די נבואה וכמבואר ההלכה בהרמב"ם און אוודאי נישט די תנאים וואס משיח דארף ווייזען. נאר דאס וואס זיינע תלמידים האבן אים געמאכט פאר ע"ז און געטוישט גענצליך די תורה און געזאגט אז דער אייבערשטער האט אונז אפגעלאזט און די צייט וואס אין די תורה שטייט בפירוש אז דער באשעפער גייט אונז קיינמאל נישט אפלאזען דאס איז שוין יא געטוישט און אן קיין דעקונג נאר געבויעט אויך מעשיות צענדליגע יארן שפעטער אז ישו כביכול הגם ער איז גאט און ער האט זיך נישט געקענט ראטעווען פון טויט איז נאכאמאל נתגלה געווארען פאר זיינע 12 תלמידים און געטוישט די תורה, פארוואס אויב ער איז גאט האט ער זיך נישט געקענט באווייזען אין ירושלים פאר אלע יודען איז א פלא. בעצם קיין איין היסטאריקער אין יענע צייטען ברענגט אים נישט נאר די גמרא און מאכט בכלל נישט קיין מצב פון די אלע תורת לאקשן. ווען נישט דעם וואס דער רוימידער קיסר דארף זיי נוצן פאר זיין פאליטיק און ער צווינגט ארויף קריסטענטום אויף זיין געצן דינערישע פאלק וואלטן זיי קיינמאל נישט ארויף געקומען אויף די מאפע...
האסט מיר גארנישט געענטפערט, ישו האט ווייטער גארנישט געטוישט, נישט מער ווי די זוהר, וואס זיינע תלמידים האבן שפעטער געטוהן גייט נישט יעצט נישט אן, אבער ישו האט געהאלטן אז ער איז ממשיך דרכם פון כלל ישראל, און ער דארף נישט ברענגען מער ראיות ווי עני אנדערע תנא.געפילטע פיש האט געשריבן:עכ"פ נישט מער ווי די פרושים האבן געטוישט.
וואס האבן די פרושים געטוישט, און ווען?
גאנץ תושב"פ. אויב ווילסטו דוקא דוגמאות, עירוב, פרוזבול, ל"ט מלאכות.
דינסטאג פעברואר 24, 2015 2:37 am#255616
געפילטע פיש האט געשריבן:ווארט זאגער האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:
כ'האב נישט געמיינט תורת החסידות, כ'האב געמיינט אז דאס אז דו רופסט די שומרונים שומרונים געט זיי נישט ווייניגער רעכט זיך צו רופן אוטענטישע אידן ווי דיר, די שומרונים האבן גערופן די אנשי כה"ג די "פרושים". די שומרונים זענען אין ערגעץ נישט "אנגעקומען" זיי זענען געווען דארט פארדעם פונקט ווי די פרושים, נאר דעמאלס האט זיך געמאכט א חילוקי דיעות, די פרושים האבן געלערענט איין פשט און די שומרונים א צווייטע פשט. זיי האבן נישט אנגענומען די פרושים'ס "תורה שבעל פה".
כ'וויל קודם קלאר מאכן איין נקודה אז ס'דא אחילוק צווישן שומרונים און צדוקים שומרונים זענען כותיים וואס סנחריב האט זיי געברענגט קיין ארץ ישראל ווען ער האט פארטריבן די עשרת השבטים און לייבן האבן זיי אויפגעגעסן האבן זיי זיך מגייר געווען אבער זיי האבן גלייכצייטיג אויך געדינט ע"ז. צדוקים וביסוסים זענען געווען תלמידים פון אנטיגנוס איש סוכו וואס וועגן קשיות אויף דינען דעם אייבערשטן שלא ע"מ לקבל פרס האבן זיי פוקר געווען און זיך געדינגען אויך חז"ל.
דו האלטסט אין איין מאכן די טעות פון פרעגען קושיות אויף אנדערע ווערסיעס פון היסטאריע וויבאלד דיין ווערסיע איז אנדערש. דאס וואס שטייט אין מלכים אז סנחריב האט געברענגט די שומרונים קיין ישראל איז וואס די אנדערע אידן האבן געזאגט, אבער זיי די שומרונים האלטן אז זיי זענען אידן מדור דור ביז די יוצאי מצרים. און אפילו ביי חכמי ישראל איז געווען א שטיקל חילוקי דעות, ווי מ'זעט אז רבי מאיר האט געהאלטן אז זיי זענען פון שבט יששכר. (בר"ר צ"ד).
רבי מאיר האט חוזק געמאכט פון איהם ככתוב שם להדיא און דו ברענגסט דאס פאר א ראיה, צו סארקאזם פארשטייסטו אויך נישט?
ווי אויך באשטעטיגט זייער DNA אז זיי זענען אייניקלעך פון אידן, און אפשר גאר פון א משפחה כהנים ממלכות ישראל וואס סנחריב האט נישט גענומען אין גלות.
מקור?
[/color]געפילטע פיש האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:און די עדות אויף דעם איז ער אליין, עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליהפונקט ווי חז"ל זענען אליינס מעיד אויף תושב"פ.
חז"ל זענען נישט מעיד עס איז מוכרח פון די פסוקים כגון שחיטה וואס ס'שטייט דברים י"ב כא כאשר צויתיך און ס'קען נישט מיינען נאר בע"פ ווייל ס'שטייט נישט ערגעץ אנדערש. ועוד הרבה ראיות. און אויך איז עס א מסורה פון מעמד הר סיני, און די זעלבע כללים פונם אנפאנג אשכול גייט אן דא כ'האב פשוט שוין נישט קיין נערווען נאכאמאל צו שרייבן די זעלבע זאך צום ווייס איך וויפילטע מאל...
נוצטו ווייטער די פשט פון חז"ל, וואס זיי זאגן פשט אין כאשר צוויתיך, און אז ס'דא א מסורה פון מעמד הר סיני אויף גאנץ תושב"פ, איז ווייטער סורקיולאר לאגיק.
לשיטתך האט דער וואס האט דאס געשריבן, געשריבן אין די וועלט אריין כאשר צוויתיך כאטש ער האט קיינמאל מצוה געווען אויף דעםגעפילטע פיש האט געשריבן:[/color]ווארט זאגער האט געשריבן:דער זוהר טוישט גארנישט פון יהדותישו האט אויך גארנישט געטוישט,
ישו אליינס האט טאקע נישט געטוישט נישט מער וואס ער איז געווען א נביא שקר וואס איז חייב מיתה, ווייל ער האט נישט געוויזן קיין איין ראי' אז ס'איז אמת די נבואה וכמבואר ההלכה בהרמב"ם און אוודאי נישט די תנאים וואס משיח דארף ווייזען. נאר דאס וואס זיינע תלמידים האבן אים געמאכט פאר ע"ז און געטוישט גענצליך די תורה און געזאגט אז דער אייבערשטער האט אונז אפגעלאזט און די צייט וואס אין די תורה שטייט בפירוש אז דער באשעפער גייט אונז קיינמאל נישט אפלאזען דאס איז שוין יא געטוישט און אן קיין דעקונג נאר געבויעט אויך מעשיות צענדליגע יארן שפעטער אז ישו כביכול הגם ער איז גאט און ער האט זיך נישט געקענט ראטעווען פון טויט איז נאכאמאל נתגלה געווארען פאר זיינע 12 תלמידים און געטוישט די תורה, פארוואס אויב ער איז גאט האט ער זיך נישט געקענט באווייזען אין ירושלים פאר אלע יודען איז א פלא. בעצם קיין איין היסטאריקער אין יענע צייטען ברענגט אים נישט נאר די גמרא און מאכט בכלל נישט קיין מצב פון די אלע תורת לאקשן. ווען נישט דעם וואס דער רוימידער קיסר דארף זיי נוצן פאר זיין פאליטיק און ער צווינגט ארויף קריסטענטום אויף זיין געצן דינערישע פאלק וואלטן זיי קיינמאל נישט ארויף געקומען אויף די מאפע...
האסט מיר גארנישט געענטפערט, ישו האט ווייטער גארנישט געטוישט, נישט מער ווי די זוהר, וואס זיינע תלמידים האבן שפעטער געטוהן גייט נישט יעצט נישט אן, אבער ישו האט געהאלטן אז ער איז ממשיך דרכם פון כלל ישראל, און ער דארף נישט ברענגען מער ראיות ווי עני אנדערע תנא.
זעהט אויס אז ברית החדשה קענסטו נישט ער האט זייער אסאך געטוישט, לדוגמא שבת (התיר משום רעב כשהיו תלמידיו ליד עיר ללקש שיבלים אחרי שאמר לתלמידיו שרשאים הם רק להוסיף על הפרושים ולא לפחות מהם וכשבאו הפרושים לטעון נגדו הסכים עמהם שדבר זה אסור הוא (אפילו שזה אינו מפורש בכתוב רק שמצא איזה תירוץ גם עם מיגו של איסור לאכול לחם הפנים שגם הוא מדרש חז"ךל ואינו מפורש בכתוב הרי לנו שגם לפי דבריהם הודה ישו לתושבע"פ)) כיבוד אם (כשבאת אמו לבקגרו ולא יצא אליה לראות פניה ואמר מי היא אמי) גניבה (ציוה לתלמידיו לגנוב עיר) היה מתיר אסורים (אמר לתלמידו שמעון שכל מה שיאסור יהיה אסור וכל מה שיתר יהיה מותר ולא בכפוף למצות התורה)געפילטע פיש האט געשריבן:עכ"פ נישט מער ווי די פרושים האבן געטוישט.
וואס האבן די פרושים געטוישט, און ווען?
גאנץ תושב"פ. אויב ווילסטו דוקא דוגמאות, עירוב, פרוזבול, ל"ט מלאכות.
אנשטאט צו אריין גיין אין פרטים, לשיטתך אז ישו האט נישט געטוישט מער ווי די פרושים פארוואס האלטן נישט די נוצרים קיין שום חלק פון תורה ומצות זיי וואלטן לשיטתך געדארפט שטיין אזוי ווי אונז מיט אלע מצות נאר מיט תיקונים ווי די קוקסט דאס אן
דינסטאג פעברואר 24, 2015 10:08 am#255627
געפילטע פיש האט געשריבן:עכ"פ נישט מער ווי די פרושים האבן געטוישט.
וואס האבן די פרושים געטוישט, און ווען?
גאנץ תושב"פ. אויב ווילסטו דוקא דוגמאות, עירוב, פרוזבול, ל"ט מלאכות.
just to clear out ,עירוב איז נישט קיין טויש נאר מתיר איסור דרבנן וכן לכאורה בפרוזבל, און ל''ט מלאכות איז א פירוש אזוי ווי גאנץ תורה שבע''פ איך ווייס נישט וואס די מיינסט מיט טויש לגבי דעם,
דינסטאג פעברואר 24, 2015 4:55 pm#255665
ס'וואלט אפשר געדארפט אריינגיין אינעם "וואס ווען ווער געזאגט" אשכול, אבער איך פרעג עס דא.
ווער האט געזאגט דאס פאלגענדע:
Do not think that I have come to abolish the Law or the Prophets; I have not come to abolish them but to fulfill them.

דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:21 pm#255669
מאטי האט געשריבן:ס'וואלט אפשר געדארפט אריינגיין אינעם "וואס ווען ווער געזאגט" אשכול, אבער איך פרעג עס דא.
ווער האט געזאגט דאס פאלגענדע:
Do not think that I have come to abolish the Law or the Prophets; I have not come to abolish them but to fulfill them.
כ'ווייס נישט פונקטליך ווער האט עס געזאגט, אבער די סיבה פארוואס נוצרים היטען נאך היינט "שבת טהרת המשפחה און כשרות ימים טובים און אלע תרי"ג מצוות" איז געבויעט אויף די סטעיטמענט!
דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:27 pm#255671
און זיי האבן אזויפיל תירוצים פארוואס ס'שטימט נאך אלץ..
א זייטיגע נקודה... ס'דא ערנסטע שיטות אויף פארשידענע מצוות אין די תורה ווי אויך אויף די גאנצע תורה אז ס'גייט איין טאג בטל ווערן.

מיטוואך מערץ 11, 2015 9:43 pm#258118
יאיר האט געשריבן:נאכאמאל, די ראיה פון דעם כוזרי איז אז מענטשן וועלן נישט אננעמען א קלעים אז זייערע אור עלטערן האבן מיטגעהאלטן א געוויסע מעמד, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן
ניין!
די ראיה פון דעם כוזרי איז אז טויזנענטע מענטשן וועלן נישט זאגן אז זיי האבן געהערט פין זייער עלטערן, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן.
יאיר האט געשריבן:דאס איז מייחס א שטארקע מאס פון סקעפטיציזם צום המון עם
די נידון איז נישט וואס די המון עם וועט גלייבן - די נידון איז וואס די המון עם וועט טון
אין אדם מוריש שקר נישט אין אדם יוריש שקר
וועט א יעדער מיט האלטען מיט די קאנספיראטציע און פארקויפן לאקשען וואס זיין ווייסן קלאר איז ליפט? - און איז מחייב ימול בשר ערלתו און האלטן שמיטה און מות ימית.
אדער איז לא ימלט אז עס וועלן זיין אזאלעכע וואס זייער געוויסן וועט זיי נישט לאזן מוריש זיין שקר לבניו.
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:00 pm#258123
איך קלער מען זאל אפשר עפענען דער ספר הכוזרי און זעהן וואס ער זאגט און וואס ער זאגט נישט. אין צען בלעטער האב איך זיך נישט אנגעשטויסען אפילו מיט איין ציטאט פון דער ספר. מען קען אוודאי דן זיין אויף ראיות סברות און חקירות אזוי אויך, אבער אז מען פאררופט זיך כסדר אויף דער ספר וואלט געפאסט מען זאל פראבירען פארשטיין לכל הפחות וואס ער זאגט און וואס ער זאגט נישט. מיין פילינג איז אז ער זאגט נישט די אלע זאכען וואס מען זאגט דא איבער בשמו.
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:07 pm#258129
וואס א חילוק ווער עס זאגט די ראיה? דאס איז נישט קיין דיון אין ספר הכוזרי, סאיז א דיון אין הוכחות צו אידישקייט.
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:07 pm#258130
הקטן
איר דארפט מסביר זיין פארוואס פונקט דער שקר אדער אקט פון דערציילען אז זיי האבען געהערט פון די עלטערן איז עפעס א שווערערע שקר מפרסם זיין ווי דער שקר אז עס איז געשעהן.
סתם אזוי, איך פון מיין טאטע האב קיינמאל מקבל געווען די מסורה. פון מיין טאטע האב איך מקבל געווען נישט עסן פיש פסח, נישט בראקען, און פארקויפען די חמץ פאאר'ן רב ערב פסח. אויך פלעגט ער מיט מיר לערנען א געוויסע ספר אין דעם שטייט די מעשה פון יציאת מצרים מתן תורה וכו'. אבער אלעס וואס ער האט געוואוסט וועגן דעם איז געקומען פון דער ספר נישט פון א מסורת.

מיטוואך מערץ 11, 2015 10:08 pm#258131
יאיר האט געשריבן:וואס א חילוק ווער עס זאגט די ראיה? דאס איז נישט קיין דיון אין ספר הכוזרי, סאיז א דיון אין הוכחות צו אידישקייט.
סאיז נישט קיין חילוק, עס וואלט אבער אינטרעסאנט געווען טאמער וואלט מען מגלה געווען אז דער כוזרי איז נישט איינגעפאלען די אלע הוכחות. אפשר וואס ער זאגט יא איז יא אינטרעסאנט.
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:11 pm#258134
פלאוויוס האט אויבן געשריבן א תגובה באריכות דערוועגן.
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:14 pm#258136
אה, עס צונעמט אבער נישט די נקודה פון דער א"ג הוכחה.
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:18 pm#258137
שוין, אז לעיקוואוד בעט וועל איך אים צוליב טון.
ער איז נאכנישט געווען אזוי סאפיסטיקירט ווי הקטן, פארשטייט זיך, אבער דאס איז דער קערנדל פון דעם רעיון, און אייגנטליך טרעפט מען דעם געדאנק אין אנדערע ראשונים און עס איז זיכער נישט דעם אויסטרעף פון דעם כוזרי.
דער כוזרי (מאמר א' אות כ"ה) האט געשריבן:וְכֵן פָּתַחְתִּי לְךָ מֶלֶךְ הַכּוּזָר כַּאֲשֶׁר שְׁאִלְתַּנִי עַל אֱמוּנָתִי, הֲשִׁיבוֹתִיךָ מַה שֶּׁאֲנִי חַיָּב בּוֹ וְחַיָּבִין בּוֹ כָל קְהַל יִשְׂרָאֵל, אֲשֶׁר הִתְבָּרֵר אֶצְלָם הַמַּעֲמָד הַהוֹא בִּרְאוּת עֵינֵיהֶם וְאַחַר כֵּן הַקַּבָּלָה הַנִּמְשֶׁכֶת שֶׁהִיא כְמַרְאֵה הָעָיִן:
ער איז נאכנישט געווען אזוי סאפיסטיקירט ווי הקטן, פארשטייט זיך, אבער דאס איז דער קערנדל פון דעם רעיון, און אייגנטליך טרעפט מען דעם געדאנק אין אנדערע ראשונים און עס איז זיכער נישט דעם אויסטרעף פון דעם כוזרי.
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:20 pm#258138
דער שורה שטייט אבער נישט די גאנצע תורה, נאר אז קבלה איז כמראה עין, לכאורה דארף מען לערנען לענגערע שטיקלאך פון מאמר א ווי ער רעדט ארום די נקודה.
ווער האט דאס אויסגעטראפען?
ווער האט דאס אויסגעטראפען?
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:22 pm#258139
הקטן האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:נאכאמאל, די ראיה פון דעם כוזרי איז אז מענטשן וועלן נישט אננעמען א קלעים אז זייערע אור עלטערן האבן מיטגעהאלטן א געוויסע מעמד, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן
ניין!
די ראיה פון דעם כוזרי איז אז טויזנענטע מענטשן וועלן נישט זאגן אז זיי האבן געהערט פין זייער עלטערן, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן.
די היינטיגע טויזנטער מענטשן האבן עס טאקע געהערט פון זייערע עלטערן. די שאלה איז אבער פון וועמען די ערשטע עלטערן האבן דאס געהערט. האבן זיי עס געהערט פון די בעלי העובדה אדער פון איינעם וואס האט זיי דערציילט אז אזא מעשה האט פאסירט צו זייערע אור עלטערן?
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:24 pm#258140
לעיקוואד האט געשריבן:הקטן
איר דארפט מסביר זיין פארוואס פונקט דער שקר אדער אקט פון דערציילען אז זיי האבען געהערט פון די עלטערן איז עפעס א שווערערע שקר מפרסם זיין ווי דער שקר אז עס איז געשעהן.
סתם אזוי, איך פון מיין טאטע האב קיינמאל מקבל געווען די מסורה. פון מיין טאטע האב איך מקבל געווען נישט עסן פיש פסח, נישט בראקען, און פארקויפען די חמץ פאאר'ן רב ערב פסח. אויך פלעגט ער מיט מיר לערנען א געוויסע ספר אין דעם שטייט די מעשה פון יציאת מצרים מתן תורה וכו'. אבער אלעס וואס ער האט געוואוסט וועגן דעם איז געקומען פון דער ספר נישט פון א מסורת.
טויזענטער מענטשן קענען לעבן אין א טעות - למשל אז אינז האמער דעם זוהר זייט רשב"י - מען מיז דאך נישט וויסען אלס, ווער עס גייט נאך דער ווייסט.
אזוי קענען גיין באבקעס מיט באבקעס נאך דערצו אויב די ידיעה איז גארנישט משנה אדער מחייב.
אבער טויזענטע מענטשען בלי יוצא מן הכלל גייען נישט זאגן א פרעכע ליגענט
ביי די דור פין מיינע עלטערן איז דער ליגענט אז זיי מאכן א סדר ווייל זייער טאטע האט געמאכט א סדר. (מיין טאטע האט מיר יא געזאגט)
ביי די דור וואס זאל האבן אויסגעטראכט אז אייער נעכטן זענען זיי געווען אין מיצרים איז דאס די גראבע ליגענט.
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:30 pm#258144
הקטן, דו כאפסט אז דו מאכסט דא א קאריקאטור פון די אידישע אמונה? אנשטאט צו זאגן אז דער יסוד פון אידישקייט איז צו גלייבן אין מעמד הר סיני, ווי איך האב אלעמאל געוואוסט, זאגסטו אז דער יסוד איז צו גלייבן אז מיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע אז עס איז פארגעקומען מעמד הר סיני.
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:39 pm#258146
יאיר האט געשריבן:הקטן, דו כאפסט אז דו מאכסט דא א קאריקאטור פון די אידישע אמונה? אנשטאט צו זאגן אז דער יסוד פון אידישקייט איז צו גלייבן אין מעמד הר סיני, ווי איך האב אלעמאל געוואוסט, זאגסטו אז דער יסוד איז צו גלייבן אז מיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע אז עס איז פארגעקומען מעמד הר סיני.
דער כוזרי (מאמר א' אות כ"ה)
וְכֵן פָּתַחְתִּי לְךָ מֶלֶךְ הַכּוּזָר כַּאֲשֶׁר שְׁאִלְתַּנִי עַל אֱמוּנָתִי, הֲשִׁיבוֹתִיךָ מַה שֶּׁאֲנִי חַיָּב בּוֹ וְחַיָּבִין בּוֹ כָל קְהַל יִשְׂרָאֵל, אֲשֶׁר הִתְבָּרֵר אֶצְלָם הַמַּעֲמָד הַהוֹא בִּרְאוּת עֵינֵיהֶם וְאַחַר כֵּן הַקַּבָּלָה הַנִּמְשֶׁכֶת שֶׁהִיא כְמַרְאֵה הָעָיִן:
מיטוואך מערץ 11, 2015 10:52 pm#258155
יאיר האט געשריבן: זאגסטו אז דער יסוד איז צו גלייבן אז מיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע אז עס איז פארגעקומען מעמד הר סיני.
איך זאג דאס נישט!
די כוזרי זאגט אז דער שכל הישר זאגט אזוי.
איך ווייס אז עברעם לינקלאן האט עקזעסטירט און איך ווייס אז ס'איז געווען א האליקאסט
און איך ווייס אז מיין טאטע האט דאס געהערט פין זיין טאטע
אין זיין טאטע פין זיין טאטע
...
...
און אזוי ארויף - ביז ביז... די מעמד פין אנכי הויה אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מיצרים - אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים - למען תספר באזני בנך
מיטוואך מערץ 11, 2015 11:16 pm#258168
.הקטן האט געשריבן:יאיר האט געשריבן: זאגסטו אז דער יסוד איז צו גלייבן אז מיין טאטע האט געהערט פון זיין טאטע אז עס איז פארגעקומען מעמד הר סיני.
איך זאג דאס נישט!
די כוזרי זאגט אז דער שכל הישר זאגט אזוי.
איך ווייס אז עברעם לינקלאן האט עקזעסטירט און איך ווייס אז ס'איז געווען א האליקאסט
און איך ווייס אז מיין טאטע האט דאס געהערט פין זיין טאטע
אין זיין טאטע פין זיין טאטע
...
...
און אזוי ארויף - ביז ביז... די מעמד פין אנכי הויה אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מיצרים - אתם ראיתם אשר עשיתי למצרים - למען תספר באזני בנך
אז דו ווייסט איז זיכער גוט. איך, און נאך פילע הונדערטער טויזנטער אידן, באגנונגן זיך מיט'ן גלייבן. דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים.
מיטוואך מערץ 11, 2015 11:29 pm#258170
יאיר האט געשריבן:דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים.
אויב דאס איז פשט פין "מאמינים" וואו אזוי לערנסטו פשט אין ויאמינו בה ובמשה עבדו גראד נאכן זען קריעת ים סוף?
מיטוואך מערץ 11, 2015 11:34 pm#258171
@הקטן, ווער זאגט דיר אז אפילו ביים סאמען ערשטער דור האבן אלע מיליאנען טאקע מסכים געווען אז ס'איז געווען א מעמד? אפשר זענען גאר געווען אזעלכע אויבער-חכמים וואס האבן דאן געזאגט לא היו ולא נברא, אבער די זעלעטס האבן פארמירט א קראפט און אויסגעהארגט די אלע סקעפטיקער למען ישמעו..(עיין תשא אחר שני) די איבריגע המון עם האבן זיך געביסן די ליפן און בע"כ אנגעהויבן קומען צום טיש יעדען פרייטאג צונאכטס, אונטער געשריבן אז זיי האבן א פילטער, און ווייטער איבערגעגעבן די מסורה פאר די קינדער עד היום הזה.
מיטוואך מערץ 11, 2015 11:41 pm#258173
הקטן האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:דערפאר פאררופן מיר זיך אלס מאמינים.
אויב דאס איז פשט פין "מאמינים" וואו אזוי לערנסטו פשט אין ויאמינו בה ובמשה עבדו גראד נאכן זען קריעת ים סוף?
ער זאגט אז דאס האט מען נישט געשריבען תיכף דערנאך
מיטוואך מערץ 11, 2015 11:42 pm#258175
און די אלע זעלעטס האבן נישט געקענט פאר א גוט יאר ארויסרייסן פון די אויסגעטראפענע חומש וואס משה דער פאעט האט געגעבן אלע זייערע עבירות ווי מרגלים און שיטים ועוד ועוד?
מיטוואך מערץ 11, 2015 11:45 pm#258176
ניין, ווייל זיי האבן געוואוסט אז אזעלכע געוואלדיגס פון די דורות העתידים וועלן דאס נוצן אלס באווייז, און זיי האבן דאס נישט געוואלט אוועקנעמן פון זיי.
בד"ו איך האב ליב דיין אונטערשריפט.
בד"ו איך האב ליב דיין אונטערשריפט.
מיטוואך מערץ 11, 2015 11:48 pm#258177
געוואלדיג האט געשריבן:און די אלע זעלעטס האבן נישט געקענט פאר א גוט יאר ארויסרייסן פון די אויסגעטראפענע חומש וואס משה דער פאעט האט געגעבן אלע זייערע עבירות ווי מרגלים און שיטים ועוד ועוד?
חכם, דאס האבן דאך די זעלאטס אריינגעשריבן! ביי איין מגיפה זענען צוואנציג טויזנט סקעפטיקער געשטארבן, ביי אן אנדער פאל האבן די סקעפטיקער געמאכט אן עגל און גאט האט זיי געהייסן אויסהרגענען וכו'
מיטוואך מערץ 11, 2015 11:51 pm#258178
ער רעדט אבער פון די עבירות וואס די זעלעטס אליינס האבן געטון ווי למשל "שלאגן דעם שטיין אנשטאט רעדן"
מיטוואך מערץ 11, 2015 11:53 pm#258179
און עגל וואו אהרן איז נישט אוועק און אזוי אויך יהושע וכדו'