פנחסבןאלעזראפשר אז דער רמב"ם איז נישט גענוג, אפשר פין טשעט גפ"ט איז עס בעסער. א חידוש אז דער גפ"ט האט דער זעלבע בויך סברות ווי מיר.
פלוצלונג האסטע פארגעסן וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה, דער גרויסע 'תלמוד חכם' דארף צוקומען צו טשעט גפ"ט...
דער רמב"ם -ווי שוין אויבן געשריבן, קענסטו נישט ניצן, ווייל אויף יעדע זאך קענסטו זיך טענה'ן צו ס'איז מנוחה אדער נישט, ולאו כל האצבעות שוות. כ'האב עס שוין אויבן געשריבן אבער 'הוא בשלו'.. כאילו נישט צו דיר רעדט מען. כ'האף אז דיין חברותא אין כולל הערסטו יא אויס.
און לגופו של דבר, חכם איינער, האסט אריינגעטייפט א שאלה 'פארוואס ארטאדאקסן טוען עס'.. האט ער דיר געגעבן די אנגעגעבענע סיבות.. דאס ווייסן מיר אויך. די אלע זאכן האבן מיר און אנדערע שוין ארויפגעברענגט, די שאלה איז צו די אלע סברות זענען טאקע לעגאטים, צו אונז נעמען טאקע אן אז עלעקטריק איז בונה, צו ס'איז טאקע א כתיבה, וכדומה.
אבער עס זעט בכלל נישט אויס אז ס'נאך דא מיט וועמען צו רעדן דא. דיין רעפוטאציע פון א נארמאלן ניק וואס זיכט צו פירן א נארמאלן דוסקוסיע און צוקומען מיט א אפנקייט צו א מסקנה, האסטו שוין פארלוירן. ס'איז א שאד צו שטיין אין ווארט מיט דיר.
אז דו ווילסט ווייטער פירן א נארמאלן שמועס, נעם דיר צייט איבער יום טוב, לערן אביסל די סוגיות, און קום מיט א נארמאלן בירור הלכה, אז נישט איז א שאד מיין צייט און דיין צייט צוגלייך.