Under maintenance
הויפט זייט » ענדליך: מאנסי באקומט די ערשטע ספינקא רבי

ענדליך: מאנסי באקומט די ערשטע ספינקא רבי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1605
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:30 pm#38681
ענדליך: מאנסי באקומט די ערשטע ספינקא רבי
נאכדעם וואס אין יעדע חרד'ישע געגענט איז שוין דא כמעט א דאזען רבי'ס מיט די לעצטע נאמען 'ספינקא',
איז מאנסי געבליבן פאר'יתומ'ט
ווייל אפי' די איידימער פין ר' הערשלע ספינקער זצ''ל - וואס א חלק ספינקא רבי'ס שטאמען פון אים, וועלכע וואוינען אין מאנסי, האבן אנדערע נעמען
דער עלטסטער איידעם איז דער ראדווילער רבי, נאך בחייו פונעם שווער
און זיין איידעם ר' שלמה לויפער האט זיך א נאמען געגעבן 'קראלי'

יעצט איז אבער מאנסי אריינגענומען געווארען אין די חרד'ישע וועלט
מיטן באקומען א ספינקא רבי.
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:31 pm#38684
שוין יעצט קען איך מאפן קיין מאנסי.
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:33 pm#38688
דער בארשא רבי פין וויליאמסבורג א זון פין ר' בעריש מ'ספינקא ז''ל וועט זיין די ערשטע ספינקא רבי אין מאנסי
ער וועט זיך אריבערציען אדער האט זיך שוין אריבערגעצויגן קיין מאנסי

אויב איינער ווייסט דעטאלען פין די נייע ספינקא מאנסי הויף
ווי אויך ווי עס געפינט זיך זאל עס מיטטיילן פאר'ן עולם 'ספינקא' חסידים

מיר דא אין קאווע שטובל ווינטשן אסאך הצלחה אין סיעתא דשמיא פאר'ן נייעם רבי'ן אין ווארטן צו הערן פונעם גרויסן מעמד חנוכת הבית/אבן הפינה פאר'ן נייעם ביהמ''ד
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:34 pm#38692
ספינקא אדער בארשא?
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:45 pm#38703
גיי מיר מאכן פלענער צו מופן קיין מאנסי.
די הייזער זענען דאך ביליגער דארט,
ביז יעצט האבעך נישט געוואלט גיין דארטן, ס'טייטש, א פאר'יתומ'טע שטאט
אבער אצינד אז עס איז שוין געווארן אויפגעראכטן, קענען מיר שוין האבן א הו"א זיך צו ציען.

ענדליך ענדליך. אז מען לעבט דערלעבט מען!
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:52 pm#38708
איך האב געהערט אז עס גייט הייסן בארשע און נישט ספינקא
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:53 pm#38711
דאן בלייבט מען אין שווייץ
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:31 am#38926
וואס איז זיין וועבזייט אדרעס?
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 7:30 am#38936
DEPRRESSED
I would advise him to go to "Lake-wood because Monsey is a place with mostly depressed "ungehtzoigeneh" people !
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:12 am#38955
כ'מיין ער פלעגט זיין "תולדות אברהם יצחק רב" אין וומ"ס.
נו, מחיל אל חיל...
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:38 pm#39021
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'מיין ער פלעגט זיין "תולדות אברהם יצחק רב" אין וומ"ס.
נו, מחיל אל חיל...


ער איז א איידעם ביי אדמו'ר מתוא'י?
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:40 pm#39022
יא
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:06 pm#39031
gehlungen האט געשריבן:I would advise him to go to "Lake-wood because Monsey is a place with mostly depressed "ungehtzoigeneh" people !


אנגעצויגענע מענטשן?

פון וואו נעמסטו דאס?
איך האב דארט אסאך פרייליכע משפחה.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 5:51 pm#39154
gehlungen האט געשריבן:I would advise him to go to "Lake-wood because Monsey is a place with mostly depressed "ungehtzoigeneh" people !

די ווייסט ווי מאנסי איז ?
ווייל אין מאנסי נ.י. 10952 זענען מענטשען מוראדיג רואיג
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:23 pm#39169
יאפטשיק ועט ער געבען?
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:46 pm#39178
היימישער האט געשריבן:איך האב געהערט אז עס גייט הייסן בארשע און נישט ספינקא

קען זיין ער וועט זיך רופן סערעט בארשא
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 6:57 pm#39180
ס'האט נישט גענומען לאנג, קוים וואס די מעלדונג איז צושפרייט געווארן אז בארשא/ספינקא רבי ציהט זיך אריבער קיין מאנסי הבירה
און שוין האט זיך די געגענט'ס פראפייל געהויבן!
CNN MONEY שרייבט איצט אז ראמאפא איז איינע פון די בעסטע געגענטער אין לאנד צו וואוינען.

(שוין נישט די ערשטע מאל וואס ראמאפא ערשיינט אויף די ליסטע, שששש.....)
פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:17 am#39363
איך קען זיך נישט סטאפן צו פרייען.
פרייטאג אוגוסט 24, 2012 10:20 am#39403
ער רופט זיך ספינקא-עירמאנט
מען האט שוין געגעסן דארטן קוגל און שלישקעס
און די דערנעבענדיגע רבנים זענען שוין געקומען זיך מיט פרייען און אויס טשעקען צו עס איז טאקע נישטא קיינער פון זייערער מתפללים
ער איז אן ערענסטער קאנקורעט פאר ליפא שמעלצער ווייל זיי זענען ביידע גוט מ.... {נו מטאר נישט זאגן א מיאוסע ווארט}

איז לאמיר אים טאקע וואונטשען מעומק הלב אלעס גוטס
פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:42 pm#39534
נעבעך.......
מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 10:33 pm#39571
היימישער האט געשריבן:איך האב געהערט אז עס גייט הייסן בארשע און נישט ספינקא

Loy Almen Yisrooel. There is a yungerman from the other Spinka Geyza who lives in Monsey. Only we must wait until he is revealed. M'miz vart'n biz er vet nisgaleh ver'n. :lol:
זונטאג אוגוסט 26, 2012 9:41 am#39642
איך הער אז חסידים פון די אנדערע ספינקא, גייען עפענען אן 'עכטע' ספינקא בית-המדרש, מען זאל זיך חלילה נישט אויסמישן, איין ספינקא מיט די אנדערע.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 12:48 pm#39670
ענטפער צו מורינו הרב שליט"א
מורינו הרב האט געשריבן:איך הער אז חסידים פון די אנדערע ספינקא, גייען עפענען אן 'עכטע' ספינקא בית-המדרש, מען זאל זיך חלילה נישט אויסמישן, איין ספינקא מיט די אנדערע.

אבער אויב ס'איז אמת די שמועות אז די "אנדערע" ספינקא גייט עפענען א שטיבל, וועט מען דארפן זוכן א בעל תפילה אויף יו"ט און אנדערע פרייליכע זמנים, ווייל דער "רב" שליט"א דאוונט אלע תפילות און זאגט דרשות מיט א קול בוכים. אבער, האפנטליך וועט די לקח - בראנפן און קוגל ביי דעם קידוש זיין זייער געשמאק, וואס וועט צוצויען אן עולם פון די געגנט.
זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:57 pm#39713
Is this the son of Rabbi Harshala Spinka?
זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:14 pm#39814
הרה"צ ר' משה יענקל האראוויץ בן אדמו"ר ר' בעריש בן אדמו"ר ר' הערשעלע ספינקא זצ"ל וחתן אדמו'ר מתולדות אברהם יצחק שליטא