פארומס › אשכול אן א טיטל #16064

אשכול אן א טיטל #16064

86 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16064
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
— » פרייטאג אפריל 14, 2023 6:16 pm#521201

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

פרייטאג אפריל 14, 2023 6:24 pm#521204
Update: got a pulse back so lets hope and pray he makes it

Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג אפריל 14, 2023 6:24 pm#521205
[ציטאט אראפגענומען]
Update 6:22 pm : got a pulse back so lets hope and pray he makes it

Can’t confirm
פרייטאג אפריל 14, 2023 6:25 pm#521206
יעדער זאגט עפעס אנדערש
איינער מיט עפעס קראנטע אינפא ?
פרייטאג אפריל 14, 2023 6:26 pm#521207
אוי וויי! כלל ישראל דארף עם נאך.

כ'האף אז ער וועט נאך פאוסטן די אלע בד"ה
פרייטאג אפריל 14, 2023 6:36 pm#521208
ער איז דא אין אמעריקע?
פרייטאג אפריל 14, 2023 7:02 pm#521216
קול מבשר האט עס אראפגענומען.
פרייטאג אפריל 14, 2023 7:11 pm#521217
[ציטאט אראפגענומען]
אויך נישט. אבער ליידער איז עס אמת בד"ה :אויוויי:
מוצ"ש אפריל 15, 2023 9:58 pm#521218
מיכאל וואו ביזטו??! מיכאל וואו ביזטו?!!

ווען דו ביזט ארויף דארט אין הימל, מיכאל איז געווארן א רעש א טומל...
זונטאג אפריל 16, 2023 12:17 am#521221
פארוואס ביז זונטאג?
זונטאג אפריל 16, 2023 12:18 am#521222
אראביקע
Update: got a pulse back so lets hope and pray he makes it

Sent from my iPhone using Tapatalk
Unfortunately' he didn't. BDH.
זונטאג אפריל 16, 2023 12:39 am#521226
אין וועלכע בית החיים גייט ער ליגן?
זונטאג אפריל 16, 2023 2:06 am#521239
שערי יושר
אין וועלכע בית החיים גייט ער ליגן?
אויפן לויה צעטל שטייט "הר שלום" (די נייע בית החיים אין מאנסי)
זונטאג אפריל 16, 2023 3:45 am#521252
א שאד! וואס איז געווען די קאוז אף דעטה?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
זונטאג אפריל 16, 2023 5:46 am#521264
טאמבל סאס
א שאד! וואס איז געווען די קאוז אף דעטה?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Heart attack l"e
זונטאג אפריל 16, 2023 8:39 am#521271
יא, אבער פונוואס? א הארץ קאנדישען? א פעטע דייעט? קאלעסטראל? דייעביטיס? אווערוועיט וכ"ו?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
זונטאג אפריל 16, 2023 8:52 am#521272
לאז מען זאל עם קודם באגראבן דערנאך בעט פאר זיין מעידיקעל רעקארדס
זונטאג אפריל 16, 2023 8:57 am#521275
איך פארשטיי נישט וואס איז אנדערש פון סיי וועלכע אנדערע פריצייטיגע פטירה פון א סעלעבריטי. וואס איז די פראבלעם פון וויסן ווי אזוי? קיינער דייט נישט אהן אז ס'איז עפעס זיין שולד חלילה אין שטארבן פריצייטיג?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
זונטאג אפריל 16, 2023 9:40 am#521283
[ציטאט אראפגענומען]
.
און זיין טאטע דאכט זיך אויך
זונטאג אפריל 16, 2023 10:57 am#521300
הייליגע ווידיא פון מיכאל

https://youtu.be/WTpjE8ReGz0
זונטאג אפריל 16, 2023 11:23 am#521304
אפשר קען איינער באשרייבן אביסל זיין לעבן און שאפן פון ר' מיכאל'ן זצ"ל? כ'האב אים נישט געקענט פערזענליך נאר פון זיין פובליק קערעקטער, ער האט געמאכט א רושם פון א צוקער זיסע איד, א שטיק הארץ. חבל על דאבדין. ווי וויל מיס יו ר' מיכאל.
זונטאג אפריל 16, 2023 11:32 am#521306
מורא'דיגע הספדים, ספעשל פון ליפא
זונטאג אפריל 16, 2023 11:39 am#521308
איבער 4000 מענטשן האלטן מיט די לוי' לייוו
זונטאג אפריל 16, 2023 11:42 am#521310
[ציטאט אראפגענומען]
Yup
זונטאג אפריל 16, 2023 11:43 am#521311
יא
זונטאג אפריל 16, 2023 11:49 am#521313
ביי מיר אויך.

אוי האט ליפא מיך געמאכט בוכה'נען.
זונטאג אפריל 16, 2023 11:52 am#521315
צוריק אפפליין.
זונטאג אפריל 16, 2023 11:03 pm#521418
ווי אויך פאר ווער עס האט זיך נישט געשפירט פארגעסן, ער האט נישט דוקא נאנט געווען מיט ציבראכענע, נאר מיט יעדען וואס האט געוואלט זיין שמייכל.
זונטאג אפריל 16, 2023 11:19 pm#521436
איך האב פריער געהערט ליפא'ס הספד און איך האב מיך דערזעהן וויינען.
זונטאג אפריל 16, 2023 11:20 pm#521437
ליפא האסט מיר אויסגעוואשען מיין נשמה, שוין לאנג נישט אזוי געוויינט
מאנטאג אפריל 17, 2023 11:55 am#521524
how come מרדכי בן דוד איז נישט געווען ביי די לוויה ער איז געווען זיין חברותא יארן לאנג
מאנטאג אפריל 17, 2023 12:44 pm#521531
ככלי מלא בושה
how come מרדכי בן דוד איז נישט געווען ביי די לוויה ער איז געווען זיין חברותא יארן לאנג
ער איז געווען מעבר לים אויף יום טוב, זעהט אויס אז ער האט נישט געקענט צוריקרוקן זיין טיקעט
מיטוואך אפריל 19, 2023 3:47 pm#521788
מיטוואך אפריל 19, 2023 6:01 pm#521811
היכי דמי
איך זע נישט וואס.
מיטוואך אפריל 19, 2023 6:47 pm#521816
היכי דמי
ככלי מלא בושה
how come מרדכי בן דוד איז נישט געווען ביי די לוויה ער איז געווען זיין חברותא יארן לאנג
ער איז געווען מעבר לים אויף יום טוב, זעהט אויס אז ער האט נישט געקענט צוריקרוקן זיין טיקעט
ס'איז גוט פאר א "דיפלאמאטישן" תירוץ...! בבחינת איינער וואס איז נישט געקומען צו זיין חבר'ס חתונה. אדער האט ער "פארגעסן". אדער איז ער געווען "אינגאנצן פארנימען"...!

ספעקולאציעס זענען דא אן א שיעור. ועוד. צו פראוון מיין פוינט...פארוואס לאזט זיך הרב הצדיק ר' ר' מרדכי נישט הערן יעצט. לאחר המעשה...?! זיין שטילשווייגן שרייט בקול רעש גדול.
מיטוואך אפריל 19, 2023 8:47 pm#521838
berlbalaguleh

https://twitter.com/MBD_real
מיטוואך אפריל 19, 2023 9:33 pm#521841
די איינציגע הסבר (אויף מ.ב.ד.'ס מאדנע אויפפיהרונג) איז אז ער זאגט דעם צווייטן אשרי... לשיטתו...!

אנו, לאמיר זעהן אויב אונזערע חכמי השטיבל ווייסן פשט אין מיינע ווערטער... וואלווי אלערט. כ'קען אויסרעכענען נאך א פאר נעמען. למשל, יין שרף...!

א שטיקל הינט. נישט (ח"ו) א מין כלב. עיין גמ' מס' סוכה...וואו זאג איך נישט. ווער ס'איז א פרייליכער ת"ח 'עט עס גלייך כאפן...ואני חידות אדבר. (כווייס נישט אויב ס'איז דא אזא פסוק. אבער ס'וואלט געדארפט צו זיין.)
מיטוואך אפריל 19, 2023 9:37 pm#521842
בערל. וואס איז מאדנע? ער האט ארויפגעלייגט א שיינע טוויט
מיטוואך אפריל 19, 2023 9:42 pm#521843
שערי יושר: איך בין חושד אז דו ביסט אן אונגערישער. אזוי ווי איך. 'עסט עס כאפן (אי"ה) 2 וואכן ארום...איך רעד נישט וועגן דעם טוויט. פארקערט. דאס מאכט נאך די קשיא א סאך שטערקער...!
מיטוואך אפריל 19, 2023 10:19 pm#521848
berlbalaguleh
די איינציגע הסבר (אויף מ.ב.ד.'ס מאדנע אויפפיהרונג) איז אז ער זאגט דעם צווייטן אשרי... לשיטתו...!

אנו, לאמיר זעהן אויב אונזערע חכמי השטיבל ווייסן פשט אין מיינע ווערטער... וואלווי אלערט. כ'קען אויסרעכענען נאך א פאר נעמען. למשל, יין שרף...!

א שטיקל הינט. נישט (ח"ו) א מין כלב. עיין גמ' מס' סוכה...וואו זאג איך נישט. ווער ס'איז א פרייליכער ת"ח 'עט עס גלייך כאפן...ואני חידות אדבר. (כווייס נישט אויב ס'איז דא אזא פסוק. אבער ס'וואלט געדארפט צו זיין.)
הגה"ה: אני ככלי מלא בושה וכלימה. ווען איך האב גערעדט פון די חכמי השטיבל האביך "פארגעסן" פון אונזער רעזידענט חכם הרזים...הרב מי אני שליט"א. און זיין תלמיד הרב דיכטער, שליט"א.

בטוח אני באלה. איך בין זיכער אז זיי, די אמת'ע חכמי ה'שטיבל (אן חכמות) וועלן עס כאפן כהרף עין...!
מיטוואך אפריל 19, 2023 10:53 pm#521853
א בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער...
📎 IMG_20230419_225219_186.jpg
מיטוואך אפריל 19, 2023 11:31 pm#521858
berlbalaguleh
די איינציגע הסבר (אויף מ.ב.ד.'ס מאדנע אויפפיהרונג) איז אז ער זאגט דעם צווייטן אשרי... לשיטתו...!

אנו, לאמיר זעהן אויב אונזערע חכמי השטיבל ווייסן פשט אין מיינע ווערטער... וואלווי אלערט. כ'קען אויסרעכענען נאך א פאר נעמען. למשל, יין שרף...!

א שטיקל הינט. נישט (ח"ו) א מין כלב. עיין גמ' מס' סוכה... וואו זאג איך נישט. ווער ס'איז א פרייליכער ת"ח 'עט עס גלייך כאפן... ואני חידות אדבר. (כווייס נישט אויב ס'איז דא אזא פסוק. אבער ס'וואלט געדארפט צו זיין.)
די אויספיר איז דאך אבער:

אלו ואלו אומרים אשרי מי שלא חטא "ומי שחטא ישוב ויימחל לו".
דאנערשטאג אפריל 20, 2023 1:01 am#521879
אינגערמאנטשיקל: שקויעך... דו ביסט א יניק וחכים. קע"ה פוי פוי פוי...!

איך האב קאמפאזירט אט די חכמה'לע ווען איך האב געוואלט זאגן פאר דעם ראש ישיבה אז די בחורימ'לעך זענען אין אנפאנג געווען א ביסל צולאזט אבער נאכדעים האבן זיי זיך בארואיגט. איך האב אבער נישט געוואלט אז זיי זאללן פארשטיין האביך געזאגט דעם דזשאוק. אז זיי זאגן דעם צווייטן אשרי...!
זונטאג אפריל 23, 2023 10:44 am#522159
berlbalaguleh
היכי דמי
ככלי מלא בושה
how come מרדכי בן דוד איז נישט געווען ביי די לוויה ער איז געווען זיין חברותא יארן לאנג
ער איז געווען מעבר לים אויף יום טוב, זעהט אויס אז ער האט נישט געקענט צוריקרוקן זיין טיקעט
ס'איז גוט פאר א "דיפלאמאטישן" תירוץ...! בבחינת איינער וואס איז נישט געקומען צו זיין חבר'ס חתונה. אדער האט ער "פארגעסן". אדער איז ער געווען "אינגאנצן פארנימען"...!

ספעקולאציעס זענען דא אן א שיעור. ועוד. צו פראוון מיין פוינט...פארוואס לאזט זיך הרב הצדיק ר' ר' מרדכי נישט הערן יעצט. לאחר המעשה...?! זיין שטילשווייגן שרייט בקול רעש גדול.
ער האט געטוויט, און ער דארף גארנישט טון מער ווי דעם.
פירסט א מערכה מיט עם דא כאילו ער איז די עפעס שולדיג.
כ'האף ער איז נישט א שותף מיט דיין וואלקנקראצערס ביים בי קיו אי...
זונטאג אפריל 23, 2023 10:52 am#522162
פאלגזאם
ער האט געטוויט, און ער דארף גארנישט טון מער ווי דעם.
פירסט א מערכה מיט עם דא כאילו ער איז דיר עפעס שולדיג.
כ'האף ער איז נישט א שותף מיט דיין וואלקנקראצערס ביים בי קיו אי...
מבד איז אויך געווען ביזי אויף אינסטגרם מיט מיכאל פטירה ער האט געבעטן ווער ס'לייגט עפעס וועגן מיכאל זאל צולייגן עפעס א העשטעג, און פאר די קומענדיגע פאר טעג האט ער ריפאוסטעט יעדע פאוסט מיט יענע העשטעג
זונטאג אפריל 23, 2023 10:54 am#522165
מר. קלונימוס
מבד איז אויך געווען ביזי אויף אינסטגרם מיט מיכאל פטירה
יא יא, אונזער צדיק דא פירט א פערזענליכע מערכה.
זונטאג אפריל 23, 2023 12:20 pm#522196
ר' בערל עס איז פארשטענדליך אז איר האלט נישט פון מב"ד. ער האט געהאט א שטיקל היסטאריע וואס געוויסע ווילן נישט פארגעסן. אבער איר פירט דא א הוילע קאנספיראציע
זונטאג אפריל 23, 2023 1:04 pm#522214
פאלגזאם
berlbalaguleh
היכי דמי
ככלי מלא בושה
how come מרדכי בן דוד איז נישט געווען ביי די לוויה ער איז געווען זיין חברותא יארן לאנג
ער איז געווען מעבר לים אויף יום טוב, זעהט אויס אז ער האט נישט געקענט צוריקרוקן זיין טיקעט
ס'איז גוט פאר א "דיפלאמאטישן" תירוץ...! בבחינת איינער וואס איז נישט געקומען צו זיין חבר'ס חתונה. אדער האט ער "פארגעסן". אדער איז ער געווען "אינגאנצן פארנימען"...!

ספעקולאציעס זענען דא אן א שיעור. ועוד. צו פראוון מיין פוינט...פארוואס לאזט זיך הרב הצדיק ר' ר' מרדכי נישט הערן יעצט. לאחר המעשה...?! זיין שטילשווייגן שרייט בקול רעש גדול.
ער האט געטוויט, און ער דארף גארנישט טון מער ווי דעם.
פירסט א מערכה מיט עם דא כאילו ער איז די עפעס שולדיג.
כ'האף ער איז נישט א שותף מיט דיין וואלקנקראצערס ביים בי קיו אי...
פאלגזאם: ווייסט וואס. איך געב דיר א 50% שותפות אין מיינע וואלקנקראצערס ביים בי.קיו.אי. איך פיהר דא נישט קיין שום מערכה. נאר דער פאקט בלייבט אז מ'האט גארנישט געהערט פון דעם הרב הצדיק אין די היימישע אידישע מידיא. אין ערגעץ. קיין איין אינטערוויו. אדער סטעיטמענט. און איך קען איהם פאר א הייליגן איד. אפשר פאסט איהם נישט זיך אראפצולאזן צו די מדריגה (ער וואלט געדארפט ארויפגיין) פון מיכאל שניצלער. ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געטון אזויפיהל חסד ווי ר' מיכאל שניצלער, ע"ה...!
זונטאג אפריל 23, 2023 1:10 pm#522220

קוקט אויס ווי א שטיקל סתירה... אבער ר' בערל אפשר פארשטיי איך נישט ריכטיג
זונטאג אפריל 23, 2023 1:12 pm#522222
שערי יושר
ר' בערל עס איז פארשטענדליך אז איר האלט נישט פון מב"ד. ער האט געהאט א שטיקל היסטאריע וואס געוויסע ווילן נישט פארגעסן. אבער איר פירט דא א הוילע קאנספיראציע
שערי יושר: ניין. איך פיהר דא נישט קיין שום מערכה אדער קאנספיראציע. איך האב גארנישט פערזענליך אקעגן מבד. ס'שמעקט נישט און ס'שטינקט נישט. נאר דער פשוט'ער פאקט אז מ'הערט גארנישט פון איהם. שפעקוליר איך אז אפשר קומט דאס ווייל ער איז א הייליגער איד (לכה"פ ער האלט אזוי). האביך נאר געזאגט אז איך געדענק ווען ער איז נאך נישט געווען אזוי הייליג...!