Re: שלום בית ארגאניזאציע "מצא טוב"
ס’איז ערב שבת אין איך בין נארוואס אנגעקומען אין קאנטרי אבער איך וועל געבן צו פארשטיין בקיצור וואס איז דא פארגעגאנגען און עס וועט פארענטפערט ווערן אלע פראגעס.
רעב. כ”ץ האט א פאליסי אז זי געט איר שיעור נאר אויב עס איז דא א רב אין שטאט (מרא דאתרא) וואס געט אן הסכמה אויף איר שיעור. מיט די צייט האט זי אנגעזאמלט א גרויסע ליסטע פון רבנים וואס האבן איר ממליץ געווען.
ווען מצא טוב האט עס איבערגעדריקט האבן זיי אריינגעלייגט די אלע נעמען אז זיי האבן עס איבערגעהערט און צוגעשטימט אז עס איז הייליגע השקפה [און קלאר ארויסגעשריבן אז עס איז נישט קיין הסכמה אויף די קונטרס], יענקלע כהן איז גלייך געגאנגען און אנגעהויבן הערעסן הרב ווייסמאנדל אז מען שרייבט אין זיין נאמען א הסכמה (אן אלטע גאנג), אין צוגאב צו דעם האט ער געשיקט איינער פון זיינע פאפעט רע-בנים צו אים טעראזירן.
אזוי ווי הרב ווייסמאנדל האט טאקע נישט געדענקט אז ער זאל אמאהל האבן געהערט פון די שיעורים (וואס איז א מעשה פון איבער 10 יאר צוריק) האט ער בלית ברירה געשריבן א שיינע איידעלע מכתב אז ער ווייסט נישט דערפון, מיט'ן ציל אז זיי זאלן זיך אפשאקלען פון אים.
די פאנאטישע רבנים כאפן נישט וואס מען טוט מיט זיי... ווי נאר ס'איז ארויס האט מען געלייגט גרויסע ווערטער ארגון המקולקל מצא טוב... וח”ו לקרוא בזה... וואס די ווערטער האט הרב ווייסמאנדל קיינמאל נישט געשריבן און אפי’ דערמאנט... און דא שרייבט שוין איינער אז הרב ווייסמאנדל שרייבט וועגן מצא טוב און אז זיי האבן מזייף געווען בשמו... ס'איז לעבעדיג...
מצא טוב האט זיך פארבינדן מיט הרב ווייסמאנדל און איבערגעבעטן, הרב ווייסמאנדל האט אפי’ נישט געוויסט פון די צוגעלייגטע ווערטער און זיי געזאגט אז ער מיינט נישט קיין שום שלעכטס, נאר ער האט פשוט נישט געוויסט פון דעם אז ער האט געגעבן אן הסכמה...
און שויןַ