גראדע די איסור אויף AI באשטעטיגט דאס וואס בעלי דעת ווייסן שוין לאנג, אז די אלגעמיינע פראבלעם פון אינטערנעט איז כלל נישט די שמוץ, וואס איז טאקע נישט גוט אבער מיר אידן ווייסן דאך אז א מענטש קען אלס תשובה טון און מ'ווערט נישט אפגעפארן פון אפאר שמוציגע קליפס, אלזא דער פראבלעם איז די שטראם און ענדלאזע אינפארמאציע וואס די אינטערנעט האט צו פארקויפן און די בחורים און יונגעלייט קענען עס נישט ביישטיין.
די AI האט נישט קיין שלעכטע ווידיאוס, ניטאמאל קיין בילדער, נאר ליבערשט אינפארמאציע מיט וואס די אומרייפע מוחות וועלן זיך נישט קענען ספראווען, מילא איז מיין עצה צו דייני סקווירא שליט"א אז אנשטאט ארויסדרוקן איסורים אויף AI לערן ענדערש אויס דיינע חסידים די סאמע שטערקסטע יסודות פון אונזער רעליגיע, אנשטאט בינדן ספרים פון ביידע זייטן - בינד זיי אויף און אקער זיי דורך, מאך זיכער אז אפאר ווערטער וועגן יאשקע זאלן נישט קענען אויפשאקלען די אמונה פון דיינע אכצן און צוואנציג יעריגע.
ווארום פריער אדער שפעטער גייען דיינע מענטשן במילא זיך טרעפן מיט מער אינפא דו וואלסט געוואלט זיי זאלן האבן, און דאן וועלן איסורים שוין נישט קיין סאך אויפטון.