בעל אחריותרבינו, ביסט גערעכט אז אויף אייוועלט זענען דא אסאך אירע וואס מיינען טאקע אז די וועלט ענדיגט זיך ביי באקסיגע לאקשאן (?), אבער פון די אנדערע זייט האסטו דארט אויך גענוג געריבענע חברה מיט וועם מען קען גיין צום טיש, סיי פון די פרומערע און סיי פון די קאווע שטיבל סארט אידן, מען קען באמערקן אויף אסאך חברה דארט אז זיי זענען "אנוסים"...
כ'האב מיך טאקע נישט באצויגן צו געריבן אדער פרום, כ'האב פשוט גערעדט פון די variety of opinions וואס איז דא דא אין שטיבל און נישט אין אייוועלט. ביי אונז קענסטו האבן אין איין שמועס צעהן סארטן מענטשן, אפיקורסישע מאמיני אבולוציה (סיי אזעלכע וואס עוואלוציע האט זיי געפירט צו אפיקורסת און אנדערע וואס האבן אנגעפאנגען גלייבן אין עוואלוציע נאר נאכ'ן ווערן אפיקורסים), פרומע מאמיני אבולוציה (סיי אזעלכע וואס האלטן אז ס'נישט קיין סתירה און סיי אזעלכע וואס האלטן אז דאס איז די "ריכטיגע השקפה"), פרומע אנטי-אבולוציה חברה, אפיקורסישע אנטי-אבולוציה (אזעלכע פלעט ערטה סטייל חברה...), אזעלכע וואס געבן נישט קיין דעקל, א.א.וו., אין אייוועלט, אפילו אן די צענזור וואלטן נאר געוועהן צוויי מחנות, פרומע אנטי-אבולוציה און אפיקורסישע מאמיני אבולוציה. ס'האט אויך מיט דעם וואס דא אין שטיבל איז מער אזא סארט קולטור וואו אז מ'האט נישט וואס צוצולייגן האלט מען זיך דאס מויל, אין אייוועלט וואו ס'נישט דא דיעס סארט קולטור קענסטו טאקע זעהן פופצן ניקים זאגן אקוראט די זעלבע זאך, און דערנאך ווען די אנדערע פופצן ניקים זאגן פארקערט ווייסטו נישט ווער ס'באציהט זיך צו וועם און צו ס'איז בכלל צוויי מענטשן וואס שרייבן יעדער אונטער 15 ניקים.