למדןאיך זאג אז זיי האבן דיר געגעבן א טיקעט ווייסן זיי ע"פ רוב אז ס' א ליגאלע דרייוו וועי ווייל ווען ס' נישט ליגאל באקומט ער א טיקעט און נישט דו, עכ"ז וואלט איך נאכגעקוקט אויב ס' שייך אבער כ' האב נישט געטראפן וואו נאך צו קוקן
נישט ריכטיג,
די פאליס לייט ווייסן געווענטליך נישט ווי ס'איז א ליגעל דרייוועי און ווי נישט,
אבער "געווענטליך" וועלן זיי נישט געבן קיין טיקעט פארן בלאקן א דרייוועי, נאר אויב די בעל הבית רופט זיי,
וואס דאס מיינט געווענטליך אז ס'איז א ליגעל דרייוועי,
אבער ס'איז נישט קיין כלל, ווייל נעבן מיין ביהמ"ד איז געווען איינער וואס האט געהאט א דרייוועי און ער פלעגט כסדר רופן פאליס אז מ'בלאקט עס, ביז איינמאל האט מען מברר געווען אז ס'איז נישט קיין ליגאלע דרייוועי, און ער האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צו גיין ליגעלייזען.
און דאס וואס דו זאגסט אז די בעך הבית וואלט באקומען א טיקעט איז נישט ריכטיג,
ווייל די פאליס לייט וועלכע גייען ארום טטיילן טיקעטס קענען נישט געבן פאר אזא זאך קיין טיקעט,
די טיקעטס באקומט מען פון די בילדינג דעפארטמענט.