דאנערשטאג יוני 1, 2023 8:11 am#526803
דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
אין דעם אשכול וועט מען ארימרעדען דער אינטרשייד ,אין א סימן אויב דער Therapist טיט עפעס אויף צו טיט בלויז Life Coaching.Sent from my SM-N975U1 using Tapatalk
צמצוםס'איז ליידער דא אסך טערעפיסטען וואס קענען נישט קיין Life Coaching און האבן דאס קיינמאל נישט געלערענט און קענען בלויז איין אדער צוויי Therapy מאדעלעטיס און לייגן א יעדעם ארויף אויף דעם סדום בעטעלאין דעם אשכול וועט מען ארימרעדען דער אינטרשייד ,אין א סימן אויב דער Therapist טיט עפעס אויף צו טיט בלויז Life Coaching.
הקטןעס איז דא וואס פראקטעצירן, און קענען דאס אויך נישט.ס'איז ליידער דא אסך טערעפיסטען וואס קענען נישט קיין Life Coaching און האבן דאס קיינמאל נישט געלערענט און קענען בלויז איין אדער צוויי Therapy מאדעלעטיס און לייגן א יעדעם ארויף אויף דעם סדום בעטל
אזוי אויך איז דא לייף-קאטשעס וואס קריכן אריין אין דעם טערעפי פעלד, און זענען נאר האלב אויסגעקאכט אין דעם, און מאכן א חרבן
שמעקעדיגער דארף גענוג קענען אז טאמער ער זעהט אז זיין מהלכ(ים) זענען נישט געאייגנט פאר דעם פאציענט, זאל ער לייגן זיין איגו אינדערזייט און רעפערן דעם פאציענט צו א צווייטעןהקטן, וויפיל סארט טעראפי'ס דארף א טעראפיסט קענען כדי נישט צו לייגן דעם קליענט אויף א סדום בעטל?
צמצוםקען זיין ס'איז דא געוויסע מענטשען, איך גלייב אבער נישט ס'האט צו טון מיט מער טיף אדער ווייניגער טיףגעוויסע מענטשען זיינען מער טיף און וועלען ענדרעשער גהאלפען ווערען ווען זיי וועלען דערגיין דעם שורש פון וואנט זייער שוועריקייט שטאמט.
מילך טראקדי סיבה פארוואס דאס ענין פון ישיחנה לאחרים איז פארגעסן געווארן, ווייל יעדער גייט היינט אנגעטהון מיט א מאסקע ווי כאילו ביי מיר געשעט נישט די אלע פראבלעמען, מ'איז נישט אמת'דיג, מ׳דארף זיך אנגארטלען מיט אביסל שפלות וועט זיך יעדער פילן באקוועם וזהו תיקון השלם.א נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
לייביששרייבער👍הרגשה איז א דאורייתא
הקטןאזוי ווי @הקטן. יעדער וואלט ענדערש בענעפירט פון קאוטשינג ווי איידער די אלגעמיינע טערעפי מעטאדן ווי cbt וואס איז נאר א באנדאזש ווי איידער ארבעטן אויפן שורש. קאוטשינג ביי היימישע טעראפיסטן איז היבש פאפולער און פארקויפט זיך זייער גוט. די לעצטיגע אויפשטייג אין breathwork און סייקעדעליקס ביים היימישן ציבור איז זיי צו פארדאנקען.צמצוםקען זיין ס'איז דא געוויסע מענטשען, איך גלייב אבער נישט ס'האט צו טון מיט מער טיף אדער ווייניגער טיףגעוויסע מענטשען זיינען מער טיף און וועלען ענדרעשער גהאלפען ווערען ווען זיי וועלען דערגיין דעם שורש פון וואנט זייער שוועריקייט שטאמט.
צקון לחשוואָס איז נישט אייגענס, לאז איך דעם מחבר שרייבן. שרייבט ער עס נישט קען דער מחבר פארלירן זיין רעכט אויף די רעכטן דערפון.לייביששרייבער👍הרגשה איז א דאורייתא
אייגנס, אדער באקאנט?
רוחין חדתיןנאך מער, אמאל בכוונה תחילה און מער אפט אומוויסנדיג, טוט א מענטש זיך פארשטעקן און פארהוילן פון זיך אליין גאר.מילך טראקדי סיבה פארוואס דאס ענין פון ישיחנה לאחרים איז פארגעסן געווארן, ווייל יעדער גייט היינט אנגעטהון מיט א מאסקע ווי כאילו ביי מיר געשעט נישט די אלע פראבלעמען, מ'איז נישט אמת'דיג, מ׳דארף זיך אנגארטלען מיט אביסל שפלות וועט זיך יעדער פילן באקוועם וזהו תיקון השלם.א נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
זאגט דאך שוין שלמה המלך יוסיף דעת יוסיף מכאוב, און ווי געזאגט אין יודיש די אמת טוט וויי, האט אבער די קאצקער צוריק גע'טענה'ט אז דאך בעהט מען תיכף בתחילת התפלה אתה חונן לאדם דעת ווייל שוטה אסור לרחם עליו, איי וואס טוט מען מיטן ווייטאג, האט דער בית אברהם פון סלונים (קאצק דליטא) געזאגט אז ס'גייט פארקערט אויך, יוסיף מכאוב יוסיף דעת וגלגל החוזר.לדוגמה, ר' מילך בידרמן חיזוק איז לכאורה אסאך מער צוגעפאסט פאר דער וואס לעבט מיטן מוטו פון "what you don't know can't hurt you
רוחין חדתיןסתם צו ארויסרעדן פאר א חבר? וואס טוט זיך אויב איך האב נישט קיין נאנטע חבר?מילך טראקדי סיבה פארוואס דאס ענין פון ישיחנה לאחרים איז פארגעסן געווארן, ווייל יעדער גייט היינט אנגעטהון מיט א מאסקע ווי כאילו ביי מיר געשעט נישט די אלע פראבלעמען, מ'איז נישט אמת'דיג, מ׳דארף זיך אנגארטלען מיט אביסל שפלות וועט זיך יעדער פילן באקוועם וזהו תיקון השלם.א נייע ארגאניזאציע ישיחנה לאחרים?
רוחין חדתיןאביסל אויסקלארן. דאס וואס די קאצקער האט אזוי געפייערט פארן דעת פאר יעדער פרייז איז נישט געווען צוליב זיין אהבת החכמה, נאר ענדערש צוליב זיין רדיפה הבלתי מתפשרת אחר האמת, וואס דאס בא קומט נאר מיט שכל, נקוט כלל זה בידך מער שכל מער אמת, מער טיפשות מער שקר. חוץ גאר א ריינע נפש וואס איז שווער צו טרעפן,זאגט דאך שוין שלמה המלך יוסיף דעת יוסיף מכאוב, און ווי געזאגט אין יודיש די אמת טוט וויי, האט אבער די קאצקער צוריק גע'טענה'ט אז דאך בעהט מען תיכף בתחילת התפלה אתה חונן לאדם דעת ווייל שוטה אסור לרחם עליו, איי וואס טוט מען מיטן ווייטאג, האט דער בית אברהם פון סלונים (קאצק דליטא) געזאגט אז ס'גייט פארקערט אויך, יוסיף מכאוב יוסיף דעת וגלגל החוזר.לדוגמה, ר' מילך בידרמן חיזוק איז לכאורה אסאך מער צוגעפאסט פאר דער וואס לעבט מיטן מוטו פון "what you don't know can't hurt you
רוחין חדתין #זייער א שטארק ווארט.האדמו"ר מפיסצנה מביא בשם חותנו שהשקרן הוא האדם הגרוע ביותר ולעולם אינו בא לידי תשובה.
ווי אזוי קען ער "זיך" ברענגען נענטער צום באשעפער ווען ער ווייסט נישט ווער "זיך" איז. הה"ד דובר שקרים לא יכון לנגד עיני.
יואלמ #זאגסט עפעס אבער למעשה איז עס לכאורה בלויז פראפאגאנדע ווי נישט ווי קען זיך א קאויטש לערנען אלע טערעפי מאדעלטיס ווי ifs און cbt און ער האט אויך א מענטאר וכו'זיי זענען אפשר קליג פון א ביזנעס פערספעקטיוו, אבער פון א clinical פערספעקטיוו וואלט איך זיי נישט געטראסט. טערעפי איז א קאמפליצירטע ארבעט און ס'איז אזוי גרינג פאר א נער זיך צי אינרעדן אז ער קען עס טוהן אהן זיך לערנען. א לייסעסענסעד טערעפיסט ארבעט לפחות 5 יאהר אינטער א supervisor וואס ער רעדט זיך אדורך וועכענטליך מיט אים און ער לערנט זיך פון זיינע טעותים. א שטאלצע unlicensed therapist וואס מיינט אז ער דארף נישט טרעינינג און סאפערווישאן וועט קיינמאהל נישט כאפן ווי ווייניג ער ווייסט.
איך זאג נישט אז א unlicensed therapist קען נישט טוהן קיין גוטע ארבעט, אבער איך זאג איך וואלט אים נישט געטראסט און ער איז לייקלי overconfident.
חובב קאווע #איך קען דא נישט געבן קיין קורס אין פסיכאלאגיע (-ווער זאגט?!), אבער עס הייבט זיך אן מיטן פארשטיין זיך אין א טיפע וועג - וועלכע קען זיך דאן איבערגיסן און צושפרייטן צו נאך מענטשן און נאטורן...@אלפא: אפשר ביסטו מסביר וואס דאס מיינט 'פארשטיין צו מענטשן'?
כ'מיין, מיין שאלה איז, עס איז דא אכט ביליאן מענטשן אויף די וועלט, און יעדער פון האט זיין אייגענע מעשה צו פארציילן וואס איז אינגאנצן אנדערש פונעם צווייטן, איז וויאזוי איז שייך צו פארשטיין צו 'מענטשן'?
אלפא #הינדערט פראצענט! איך וועל צילייגן א משל: וואס מאכט א גיטע זינגער? איינער וואס קען אסאך ניגונים אדער איינער וואס ווייסט "וויאזוי" צי זינגען? זיך צי אויסלערנען א ניגון איז גרינג אבער זיך צי אויסארבעטן די סקילס און די קול, -דעיס איז די שווערע חלק וואס פארלאנגט טאלאנט אין practice. די זעלבע זאך מיט טערעפי, ס'איז דא די מאדעליטי און ס'איז דא די "סקילס" פון "וויאזוי" צי טוהן טערעפי און וויאזוי צי ניצן די מאדעליטי אין די ריכטיגע וועג. זיך צי אויסלערנען א מאדעליטי איז גרינג, קענסט זיך קויפן די בוך פאר $20 און וועסט עס קענען ביז אפאהר שעה. די עיקר איז צי קענען ריכטיג פיהרן די פראסעס פון די טערעפי און פאר דעהם דארף מען האבן גוטע טרעינינג און supervision (און זיך אליינס גוט קענען). די research ווייזט אז די פאקטאר וואס וועט די מערסטע משפיע זיין אויף די הצלחה פון טערעפי איז די quality פון די רילעישאנשיפ. זייער אסאך studies האבן געוויזן אז די מאדעליטי וואס מען ניצט איז נישט אזא מכריע צי די טערעפי וועט מצליח זיין. די וואס האבן ערפינדן די מאדעליטיס האבן עס ערפינדן אלס א tool וואס מען קען ניצן " אין טערעפי" אבער דעיס איז נישט "די" טערעפי. פינקט ווי די קענסט נישט ווערן א זינגער פון קויפן א בוך מיט ניגונים די זעלבע קען מען נישט ווערן א טערעפיסט פון זיך לערנען א מאדעליטי.די עכטע פראבלעם מיט טעראפי איז אז עס באשטייט נישט פון קיין 'מאדעליטיס'... (מיין ערשטע טעסט איז אייביג אויב דער צו וועם איך רעד האלט אז מרדכי וויינבערגער איז א טעראפיסט?! אויב יא, איז מיר א שאד די שפייאכטץ... והמבין יבין) עס איז די סוביעקט פון קענען קאנטעינען, טאלערירן, אמת'דיג סימפאטיזירן, און פארשטיין צו מענטשן. פינטל. אלעס אנדערש איז די טשערי-אן-די-פיי, זייער שיין און אפי' וויכטיג, אבער קען נאר נאכקומען דעם יסוד!
פארשטייט זיך אז אפלערנען דעם 'מענטש' איז וואס פארנעמט די יארן פון לערנען, ליינען, אריינקוקן אין זיך, און פארשטייט זיך אויך טרענירונג. און ווי באקאנט זענען דא א היבשע צאל טעאריעס פון וואס טאקע עס ליגט אינעם סאמען קאור פון דאס באגריף 'מענטש', ווי אויך איבער דעם פאסיגן וועג פון דאס קאנטעינען (-במחשבה, בדיבור, אדער בסובקאנשעס..), עס איז אבער בהחלט נישט עפעס וואס רינט ארויס פון ארבל פאר יעדן זעלבסט דעקלערטע קאוטש!!
יואלמ #די סקיללס פון טוהן טערעפי ענטהאלט אסאך און איך גיי אויסרעכענען א חלק פון זיי. בויען א רילעישאנשיפ, געיבן און נעמען פידבעק פון קלייענטס, קאנפראנטירן קלייענטס און א וועג וואס וועט זיי נישט מאכן דיפענסיוו, האלטן א געזינטע דיסטענס און נאכאלץ זיין attuned צי די קלייענטס, דיעלן מיט די אייגענע frustration אנטקעגן א קלייענט כדי די רילעישאנשיפ זאל נישט ציגרינד גיין, העלפן קלייענטס אדורכארבעטן די רעסיסטענס וואס זיי האבן צי change, קענען מאכן פלאץ פאר believes פון א קלייענט וואס איז פארקערט ווי זיינס, זיין aware ווען די אייגענע געפיהלן קימען אריין בשעת מ'הערט אויס א קלייענט און זעהן אז ס'זאהל נישט שטערן די טריעטמענט, ועוד... ס'איז דא אסאך צי מאריך זיין אין איעדע פון דעיע נקודות אבער מיין פוינט איז אז זיך צי אויסלערנען די "פראסעס" פון טערעפי פארלאנגט אז די טערעפיסט זאהל זיין זייער ערנסט געלערנט.
חובב קאווע #האסט אמאל גענומען דיין קאר צו א גיטע מעקעניק?@אלפא: אפשר ביסטו מסביר וואס דאס מיינט 'פארשטיין צו מענטשן'?
כ'מיין, מיין שאלה איז, עס איז דא אכט ביליאן מענטשן אויף די וועלט, און יעדער פון האט זיין אייגענע מעשה צו פארציילן וואס איז אינגאנצן אנדערש פונעם צווייטן, איז וויאזוי איז שייך צו פארשטיין צו 'מענטשן'?
ים של שלום #יא און ניין!
מענטשען זענען די זעלבע. רוב האבען מער ווייניגער די זעלבע אישוס, פעירס, און איינרעדענישן. (עספעשעלי ווען רוב קליענטין זענען פון די זעלבע געגענטער און קאמיונעטיס) די קליינע חילוקים דאס קען שוין א פראפעשענעל אויפכאפן נאך איין צוויי וויזיטס.
הקטן #גוט געזאגטצמצוםס'איז ליידער דא אסך טערעפיסטען וואס קענען נישט קיין Life Coaching און האבן דאס קיינמאל נישט געלערענט און קענען בלויז איין אדער צוויי Therapy מאדעלעטיס און לייגן א יעדעם ארויף אויף דעם סדום בעטעלאין דעם אשכול וועט מען ארימרעדען דער אינטרשייד ,אין א סימן אויב דער Therapist טיט עפעס אויף צו טיט בלויז Life Coaching.
אזוי אויך איז דא לייף-קאטשעס וואס קריכן אריין אין דעם טערעפי פעלד, און זענען נאר האלב אויסגעקאכט אין דעם, און מאכן א חרבן