זונטאג נאוועמבער 4, 2012 4:52 pm#58471
קליגער אידמיין באבע ע"ה פלעגט אזוי צו גיין
סקען זיין אז זי איז א גאליציאנער אפשטאמעדיגע
קליגער אידמיין באבע ע"ה פלעגט אזוי צו גיין
שמעקעדיגשווארצע זאקן אינדערוואכן איז א רבי'שע מלבוש לכתחילה, פונקט ווי די ריבסענע בעקישעס און סטראקעס. גארנישט מיט פרומקייט איינגעשטויסן.
ווילסט מיר זאגן מיט דעם אז גרעי שטרימפ איז אויך א רבי'ש (רעביצי'ניש) מלבוש, און האט גארנישט מיט פרומקייט?
אפריקאנעראיך האלט גראדע אויך אז א שפיצעל איז אסאך שענער ווי א שייטל. ובפרט א שפיצל מיט א טיכל (אויך נאר ארויפגעבינדענע שמאנצעס).
אבער איין זאך וואס איך קען נישט פארשטיין פון די שווארצע זאקן, אז אויב גייט מען נישט מיט צוויי זאקן איינס אויפן צווייטן איז עס ממש דורכזיכטיג. וואספארא פרומקייט ליגט אין די זאקן? מוחל טובות גיי אין געהעריגע זאקן איז עס כאטשיג נישט דורכזיכטיג.
קפנדריאביי אונז איז מען נישט מקפיד צו גיין צוגעדעקט, ווייל מיינע באבעס און מאמע גייען מיט א אפענע שייטל, אבער אויב זע איך איינער וואס די עלטערן גייען איבערגעדעקט און די קינדער גייען אויפגעדעקט קוקט עס אויס ווי א אפטריט פון מסורת האבות, ס'איז אפשר נישט קיין עבירה, אבער זיכער אוועקגערירט פון מסורה.
וועגן שפיצל, איז דאס נישט סאטמארער רב, דאס קומט פון צאנזער רב זי"ע, וואס האט געהאלטן אז פיאה נכרית איז אזוי ווי האר, און ס'איז א חידוש אז פיל פון זיינע אייניקלעך וואס די מענער גייען מיט שמונה בגדים נאך שענער ווי דער צאנזער זיידע, סטראקעס מיט קאלירפולע בעקישעס באלד ווי די עור תחש, און די פרויען גייען מיט שייטלעך כאוות נפשם / נפש בעליהם, והיא פלא!
שמעקעדיגנישט אלע אבער ס'זענען פאראן אזעלכע וואס יא.
קפנדריאביי אונז איז מען נישט מקפיד צו גיין צוגעדעקט, ווייל מיינע באבעס און מאמע גייען מיט א אפענע שייטל, אבער אויב זע איך איינער וואס די עלטערן גייען איבערגעדעקט און די קינדער גייען אויפגעדעקט קוקט עס אויס ווי א אפטריט פון מסורת האבות, ס'איז אפשר נישט קיין עבירה, אבער זיכער אוועקגערירט פון מסורה.
וועגן שפיצל, איז דאס נישט סאטמארער רב, דאס קומט פון צאנזער רב זי"ע, וואס האט געהאלטן אז פיאה נכרית איז אזוי ווי האר, און ס'איז א חידוש אז פיל פון זיינע אייניקלעך וואס די מענער גייען מיט שמונה בגדים נאך שענער ווי דער צאנזער זיידע, סטראקעס מיט קאלירפולע בעקישעס באלד ווי די עור תחש, און די פרויען גייען מיט שייטלעך כאוות נפשם / נפש בעליהם, והיא פלא!
שמעקעדיגשווארצע זאקן אינדערוואכן איז א רבי'שע מלבוש לכתחילה, פונקט ווי די ריבסענע בעקישעס און סטראקעס. גארנישט מיט פרומקייט איינגעשטויסן.
ווילסט מיר זאגן מיט דעם אז גרעי שטרימפ איז אויך א רבי'ש (רעביצי'ניש) מלבוש, און האט גארנישט מיט פרומקייט?
yisroelotd[ציטאט אראפגענומען]
אזוי גאר?! ביטע שיק דעם שרייבער אפאר שטיקלעך נועם אלימלך, אדער פשוט די יסוד פונעם בעל שם טוב, אז ועתה ישראל מה ה' אלקיך שואל מעמך, איז ''ולדבקה בו'' וואס מיינט דאס אויב נישט הארץ? און וואס איז פשוט פשט אין רחמנא ליבא בעי? אלע תורות דערויף זענען זייער גוט, איך מיין אבער אז (בפרט ביי חסידים) אז יעדער גדול האט מסכים געווען צום פשוט פשט, וד''ל.
מ גפניאיז עס אמת אז פרויען מוזן גיין מיט 2 מלבושים? אויב יא ווי איז די מקור?
מ גפניאיז עס אמת אז פרויען מוזן גיין מיט 2 מלבושים? אויב יא ווי איז די מקור?
לעמילדו ווייסט אז עס איז א ענין אדער דו טראכסט אזוי?
געפילטע פישכ'שוין געהערט פון שפיצליך, טיכלעך, און אפילו שייטליך, אבער כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיין מסתעף...
הרב_שלוםאין קרית יואל איז זייער נפרץ געווארען אז מען גייט אין גאס מיט א טורבאן איך האב פראבירט צו מסביר זיין מיין שוועסטער אז מיט דעם וואס זי גייט מיט א טורבאן אין גאס ווי אויך און גראסערי ווייזט זי אז זי שעמט זיך דערמיט
וואס האלט די עולם גיין מיט א טורבאן אין גאס ווי אויך און גראסערי איז קעגן צניעות אדער נישט
הרב_שלוםאין קרית יואל איז זייער נפרץ געווארן אז מען גייט אין גאס מיט א טורבאן איך האב פראבירט צו מסביר זיין מיין שוועסטער אז מיט דעם וואס זי גייט מיט א טורבאן אין גאס ווי אויך און גראסערי ווייזט זי אז זי שעמט זיך דערמיט
וואס האלט די עולם גיין מיט א טורבאן אין גאס ווי אויך און גראסערי איז קעגן צניעות אדער נישט
איחוד פעלדבאמת איז מיר גאר א גרויסע חידוש ווי אזוי מען שרייבט דא איינער און נאך איינער דער זעלבער נארישקייט אז לויט דער דברי חיים איז א שייטעל אסור היינט צו טאג.
קפנדריא האט נאך צוגלייגט די ווערטער אז לויט די דברי חיים איז א שייטעל אזוי ווי האר ממש. און דאס איז לא דובים ולא יער.
רבותי, לייגט אוועק די אלע שקרים וואס מען האט ענק אריין געבאקען פין אלץ קליין קינד. דער אמת גמור איז אז א שייטעל איז מותר לויט דער דברי חיים היינט צו טאג אין אמעריקא.
מען דארף נישט זיין קיין גרויסע גאון דאס צו פארשטיין.
ממילא וועל איך נישט מאריך זיין אין די דיוקי הדברים, נאר כ'וועל ווארטען אביסעל. אדרבה זאל קומען א צווייטער און שרייבען און דורך טוהן די שיטה פין דברי חיים אין הלכות שייטעל, און מיר מסביר זיין פארוואס א שייטעל איז אסור בזמן הזה.
מודה אני מען קען אפשר זאגען א פשט אין דברי חיים וואס לויט דעם קומט אויס אז ער אסר'ט אויך היינט צו טאג, אבער דאס איז נישט דער פשטות.
איחוד פעלדכ'פארשטיי נישט, מען טאר זיך נישט אראפ בייגן בכלל, וואס איז דער חשש?
קאווע טרינקער
וחזר הדין, הצד השוה שבהן שאין כאן לא איסור ולא היתר, וכל אחד יתכסה שחורים ויעשה מה שלבו חפץ.