Re: ק"ש התוועדות
@וואלווי: די בוירבאן ארבייט פיין. דער בחור קלארט אויס יעדן ספק.
אזוי נאכן טועם זיין עטליכע טעימות קלות זענען מיינע ספיקות פארענטפערט געווארן. @דיכטער און @שעפטאל זענען צוויי אנדערע מענטשן.
@דיכטער, א ברייטביינערדיגער, שטראמיגער, דיקער פארשוין, נישט צו הויך, אויכנישט צו נידעריג, מער פראפארציענאל. מיט שיינע דעקארירטע שלייקעס וועלכעס אנקערן פונקט העכער די סאוט פאלל און ציען זיך ארויף שיפערהייט איינס קעגן די אנדערע און ווערן איבערגעווארפן די הויכע בערג וואו ס'שלענגעלט זיך איבער בערג און טאלן ביז ס'קומט צו א העפטיגן אפשטעל און טוט פארמירן א שיינעם באלעבאטישן ראשעקאלישע בערגעלע.
פלעגט האבן א לאנגע אריינגעדרייטע קנאבל בארד ביז אונזער דיכטער האט באשלאסן אראפ צו שניידן דעם גאנצן קנאבל, אויב ניצט מען עס נישט דאן צו וואס ברויך מען עס, יעדן שבת א מלחמה מיט'ן אריינדרייען, ראבער בענדס, באבי פינס סתם אידיש געלט פאר גארנישט, אראפ דערמיט און פערטיג.. נאכאלץ געבליבן מיט א שיינע פארמירטע בארד.
שטייט דארט דיכטער ביים גריל און ווי א פראפעשאנעל שעף טוט ער אויסרופן פאר'ן עולם הא עטס מיינטס דאס איז א גריל?? פאר ענק קען מען סתם דרייען אפאר פליישעלך אהין און צוריק און פארקויפן דעם ברוקלין ברידזש, נע אשאד זיך רעגן זיי פארשטייען גארנישט..
אינטערעסאנט נאר ווען מ'האט עם געבעטן איבערצונעמען די ארבייט האט ער גאנץ שנעל אפגעטראגן פון דארט און פונקט באקומען אן הצלה קאלל.
כ'קען נאך אנגיין אבער משום גילוי האלט איך מיך צוריק.
@שעפטאל , א דארטשיק יונגערמאנטשיקל לענגערע צופלאטשטע פיאות, מיט א לענגערע ציגעלע בארד, לאנגע שווארצע רעקל מיט א געלן ט"ק שיעור חזון איש, האלב געפוצטע עקקא שיך, א גרויסע שווארצע חסידישע ווייכע קאפל וועלכע ווערט נישט אנגעפילט און דערפאר איז עס שטארק צוקנייטשט פון אויבן.
שטייט דארט ביים עק און האלט און איין ארויפציען זיין בארד צו זיינע לעפצן מיט זיין רעכטע האנט. פארטיפט אין א סוגיא מיט'ן ראב"ד בעמח"ס זאב יטרף, (ווער געדענקט נאך אונזער הייליגער ראב"ד) ווי לאנג מ'האט געבראטן דעם קרבן פסח, צו האט עס געמוזט זיין כאטשיג רער, מידיעם רער, אדער האט עס געמוזט זיין דוקא וועל דאן!
Sent from my SM-S911U using Tapatalk