אינטערסאנטערדער סאטמאר רבי (מהרי"י) האט געמאלדן יעצט מוצאי שבת ביי אן אפיציעלע מעמד, אז מיט די כח וואס זיין טאטע דער ברך משה האט אים געגעבן צו פירן מוסדות מיט די קהילה אין קרית יואל, נעמט ער אפיציעל אויף זיין זוהן רבי חיים הערש פאר רב אין קרית יואל.
וואספארא מין שפראך איז דאס?
מיט די כח וואס זיין טאטע דער ברך משה האט אים געגעבן צו פירן מוסדות מיט די קהילה אין קרית יואל
1)דאס הייסט אז, זיין טאטע(ברך משה) איז געווען דער רב, און ער האט ממנה געווען (רז"ל) פאר רב, און יעצט זאגט ער זיך אפ און גיבט עס איבער פאר זיין זוהן(רח"ה)?
2) אדער זיין טאטע(ברך משה) איז געווען די רב און ער האט אים געזאגט אז דו(רז"ל) ביסט נישט רב, נאר דו האסט דער כח אויפצונעמען א רב? [דארף מען וויסען תורהדיג איז דא אזא מין שטעלע?]
3) נישט זיין טאטע און נישט ער זענען רב, נאר זיי האבן די כח אויפצונעמען א רב, ווייל דער עולם אין קרית יואל וויל אים פאר רב, אויב אזוי וואס איז די שאלה? וואס דארף מען צוקומען צו די גאנצע לומדות?
4) וויל אים נישט דער עולם?, וואס דען? ער וויל אים ארויפצווינגען אויפן עולם, זענען זיי משתלטים על הציבור? אדער??
@לאקש מיר דארפן דיך האבן?? איך בין אינגאנצען צומישט!!