זונטאג יאנואר 21, 2024 2:41 pm#545510
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
Atgan #סתם שרייען און זיך אויסגעבן דיין ווייטאג אן גארנישט ארויסברענגן די פאקטן וואס די ווייסט האט גארנישט קיין ממשות ביי קיינעם פון דא, מ'קוקט דיך אן ווי א צעהיצטע 45 חסיד, וואס קען נאך אלס נישט פארנעמען אז מ'האט פארלוירן אין דין תורה, און צוגעגעבן א נאמען ווי א חולה מסוכן. אה איך האב פארגעסן די דין תורה איז געווען מיט שוחד... ( ווי יעדער וואס פארלירט זאגט ).כגיי מגיב זיין צום ערשט אין דעם אשכול, אין א בחינה ווי א טינק און ארויס.
ידעו הקוראים, @בעל דרשן פארמאגט די אפדרוקן פון א ברעינוואשד 48'גער מיט אלע פירושים. ער קומט מיר אויס צו זיין אין די עלטע פון 26 ביז 32, וועלכע האט זיך געווייגט ביי די 48'גער ראדיקאלע איינהייטן אין די הייסע צייטן, אן א ברעקעלע וויסנשאפט איבער באבוב'ס אמת'ע היסטאריע - אלעס וואס ער ווייסט איז די איינזייטיגע שקר געפיטערט פון בצא"ל'ס שטורמער גווארדיע. - די וועלכע נאך 20 יאר פון פילוג איז זייער שנאה אויפן זעלבען שטאפל ווי ביים ערשטן טאג!
צומאל פילט ער פאר וויכטיג מסלף צו זיין פאקטן, און צומאל בלאזט ער אויף קטנות'דיגע נקודות. מוואלט ווען געקענט אדרעסירן יעדן איינציגן תגובה זיינער, ס'רוב קומען צום לאכן.
ער זעהט מיר אויס ווי א דארע הויכע בלאנדע, אזא וואס דער רב זיינע האט ליעב געהאט איהם צו גריסן נאך שחרית מנחה מעריב... איהם האט די רב שוין געהייסן אנטון שווארצע זאקעלעך ביי די 15 - און געגרום'ט געווארן צו זיין א דזשיהאד פראדוקט לכל ענין.
שרייבן שרייבט ער כזקן ורגיל, ווי כאילו ער האט די אינפארמאציע און אלץ-ווייסער.... אבער עניוואן וואס קען פאקטן זעהט אז ער איז דער יעניגער וואס רופט זיך אן ביי יעדע קופקע, מענין לענין שלא באותו ענין, און די עולם שמייכלט און צוגייט זיך.
ער טראגט מן הסתם א משפחה נאמען וואס האט א משמעות אין באבוב וואס מאכט אים באקוועם, אבער לאו דוקא שטאמט ער פון דירעקטע באבובער חסידים, זיין גרעניצלאזע האס פאר באבובער חסידים וואס האבן געוויזן דאס גענאק פאר זיין ליבהאבער, שפראצט ארויס אזוי שטארק, אזש ער שטעלט זיך ארויס ווי א צוגעקומענער...
מאנכע וועלן שרייען... נעעה נישט שיין..., קום אריין און ענטפער וואס ער שרייבט, רייס נישט אראפ סתם אין די וועלט אריין. און יכול להיות זיי זענען גערעכט.
אבער ניין, ער איז נישט ווערט קיין תגובה, ווייל מקען נישט אפענטפערן קאנספיריטער'ס - ער האט באקומען פאלשע אינפארמאציע, און פון דא אין ווייטער פארט ער מיט זיין שפיציגע מח וועלכע ער טראסט שטארק - ער אידעך א שטארקער חכם..., ניטאמאל איז ער חושד, אז סקען גאר זיין איינער האט איהם געפיטערט פאלשע איינצלהייטן, דורכאויס לאנגע לאנגע יארן...
פארוואס שרייב איך דאס? ווייל איך ווילט איר זאלט וויסן טו טעיק היז ווארד"ס ווי"ד א פינט"ש א"ף סאל"ט.
איך וועל צוריק געבן די פענע פארן "בעל דרשן".
האסט עפעס צו זאגן פאקטן קומט אריין וואס די ווייסט באמת אנדערש, נישט וואס די וואלסט געווילט זאל זיין אנדערש, וואס איך שרייב דא איז מער ווייניגער פאקטן, וואס דיינע רצונות קען נישט אפפרעגן קיין מציאות און א פאקט, און דערפאר קענסטו ווארשיינליך נישט ענטפערן קיין תגובה ווייל א פאקט קען מען נישט אפרעגן.. אבער א פאקט קען יא אויפרעגן ....
אמאל קען זיין איך מאך א טעות און ענק האבן נאך א שטיבל ערגעץ, אדער ענק האבן 1600 משפחות.. אבער אז די ווייסט אנדערש קום אריין וואס די ווייסט אנדערש זאלן מענטשן זעען און זיך אליין איבערצייגן וועם צו גלייבן.. סתם שרייען ווי א צעהיצטער דערמאנט מיר פון איינער אונגאר וואס האט אויך געשריגן מיט א פאקט אז אלעס קומט זיך אים אנדערש ווי רוב באבוב האט געטראכט... ווייסט עפעס זאג, סתם שרייען מאכסטו נאך מער צונאר ענקער הויף קום אריין געשמאק מיט פאקטן וועסטו אנדערש אנעמען ביים ציבור בתקוה להבנה