דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:49 am#542425
Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם
צפת #א גוטן מיסטער צפת, די גאנצע מחלוקת וואס בני אברהם דוב וחבורה שלו פרובירען צו פארקויפען פאר די גאס גייט מיר און רוב כלל ישראל אן א רעטעך. איך האב שוין געענטפערט אז ס'איז געווען אינטערעסאנט פאר די ערשטע צוויי וואכן, ביידע רבי יהושע און רבי יעקב יוסף זענען צוויי רעבעלעך מיט אביסל מער פון א מנין, קיינער איז נישט נייגעריג אין זיי ביידע, וואס יא ביי מיר האט די תפלה פון אל תשליכנו לעת זקנה א אנדערע באדייט ווען מ'זעט ווי אזוי רבי אברהם דוב חלש'ט פאר אביסל כבוד אויף די עלטער....בעל-דרשן.
ס'איז מיר א פלא עצום, ממש איך פארשטיי עס נישט.
מיר האבן אלע מיטגעהאלטן אין אנהויב פונעם אשכול, ווי אזוי דו האסט מיט אלע כוחות פראבירט איינצורעדן דעם עולם א קאשע, אז רחמיסטריבקע אין מאנסי געהערט אויסדרוקליך פאר ר' יהושע, 99% פונעם עולם איז מיט ר' יהושע און וועלן דאווענען און מיטהאלטן ביי אים. דו האסט געשריגן מיט א הייזעריג האלדז אז די מוסדות און חדר וועלן גיין און זיך פירן אונטער ר' יהושע. נאר בלויז ר' אברהם דוב ובניו, מיט נאך געציילט שוויצערס, ווילן אז ר' יעקב יוסף זאל זיין רבי, אבער עס וועט זיי גארנישט העלפן. אזוי האסטו געשריגן.
האט דאך יעדער געזען וואספארא נאר דו ביסט, אלס איינער וואס רעדט זיך איין אז מען קען אויספאפן א ציבור אידן. ביסטו פלוצלינג נעלם געווארן פאר א תקופה און גארנישט געשריבן אין דעם אשכול. נו, גם ברוך יהיה.
ווען מען האט דיר קאנפראנטירט פארן שרייבן ליגנט און טראללן דעם ציבור דא, ביסטו אריינגעקומען מיט א געלעכטער, אז די פאליטיק איז געווען גוט בלויז אויף די ערשטע צוויי וואכן, עס אינטערעסירט דיר שוין נישט וואס עס גייט פאר, בלא בלא בלא... בקיצור, ארויסגעטשיקנט פונעם גאנצן געשעפט.
אויב אזוי שטעלט זיך די הארבע פראגע... ווי אזוי ביסטו פלוצלינג דא צוריק מיטן גאנצן ברען?! - וואס ברענט דיר אזוי דער רחמיסטריבקער עסק, צו וויסן פונקטליך אויב בנו הגדול פון ר"י טוט ריכטיג מיטן זיך פארהוילן פון רחמ"ט אדער נישט און צי די קינדער פון רי"י ממאנסי בענקען זיך צוריק קיין סקווירא אדער נישט.
בקיצור, וואס האסטו, א סקווערער יונגערמאן, זיך צו מישן אין די רחמס"ט קאשע...?!
אה, דו ביסט נישט סקווירא... פארגעסן...
אריינגעקומען א טאג צוויי צוריק פאר א ביקור בזק דא אינעם קרעמעל, האב איך פשוט אויסגעקלארט פאקטן אז רבי יהושע קינדער פלעגן גיין צום זיידן גענוג און נאך, טאקע ווייניגער ווי די סקווירא זיידע ווייל דארט איז ווי זיי וואינען.