איך וועל פראבירן - עד כמה שידי מגעת, און וויפיהל עס איז אוועיליבעל אויפ'ן נעט - ארויפצולייגן דא קליפס פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל שיש בהם משום חידוש צו אין תוכן אדער אין חיות וכו', וכל המוסיף משובח.
ישר כח "ונבנתה" איך האב געזען דיין ערשטן לינק שוין א צייט צוריק, איך בין צודרייט געווארן פון זיין פקחות נעמענדיג דעם ביכל כדי א צווייטער זאל עס נישט באקומען... איך האב אויך גזען עפעס אן איטערעסאנטער קליפ ווי איינער זאגט אים אז ער פארט אויף אומאן ר"ה און ער האט אים געענטפערט עפעס אינטערעסאנט. כעל עס פרובירן צו טרעפן.
ביי כוס של ברכה האט דער רבי באמערקט אז א מיידל האט אנגעהויבן צו זינגן, האט דער רבי געהייסן איהר זאגן שיינערהייט אז זי זאל זינגן מיט די ליפן, למעשה האט איהר איינער געהייסן מיטקלאפן מיט די הענט, דער רבי האט חושש געווען אז זי איז נפגע געווארן האט ער אנגעהויבן צו קלאפן צוזאמען מיט איהר.