מאנטאג אקטאבער 2, 2023 2:49 am#536964
די קאָפּ-קעיק לעידי
פאר די וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג אין די תש״מ-נ יארן, וועלן געוויס געדענקען די מיסטעריעזע פרוי וועלכע מען פלעגט רופן די ״קאָפּ-קעיק לעידי״ און פלעגט זיין באקאנט מיטן שרייען מיט אומבאנומענע קולות אויף די גאסן.זי איז אנגעבליך געווען א אידיש-אפשטאמיגע וועלכע איז ל״ע בארירט געווארן.
עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו וויסן אויב עמיצער האט מער דעטאלן איבער איר אדער/און איר שיקזאל.