Under maintenance
הויפט זייט » אלטע זכרונות

אלטע זכרונות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1524
זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:19 am#36832
נוי יארק האט געשריבן:טאטע אין הימעל!!!! הערשט יעצט כאפ איך מיר, עס וואקסט אויף א נייע דור אן קאני, שרייער פון טשעבינע ישיבה, די אומפארגעסליכע קאפ-קעיק לעדי, און נאך.....
די יונגווארג הייבט נישט אן צו וויסען פון די אלע זאכן.....

די קאפ-קעיק לעדי לעבט שוין נישט??
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:27 pm#37452
ווער געדענקט נאך בעדפארד אין לי עוועניו'ס אלטץ 2 וועי סטריט, אויך דע 47 סיטו-באס קיין קראנ-הייטץ עס איז געפארען אויף דיוויזען עווענוי
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:32 pm#37454
טאקע נאר "עלטער זיידעס" געדענקען דאס...!!
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 6:39 pm#37461
איינער האט נאך די "האנדל ערליך" געים, מ'קען קויפן, בארא פארק, וויליאמסבורג, ליזענסק, הכנסת אורחים
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:19 pm#37469
אונזערע קינדער ווייסען נישט וואס א פענסיל און א טעיפ האבן איינגעלייגט...

בילד
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:02 pm#37536
להוי ידוע אז מ'קען אויך נוטצן א פען דערפאר.
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:18 pm#37545
געפילטע פיש האט געשריבן:אונזערע קינדער ווייסען נישט וואס א פענסיל און א טעיפ האבן איינגעלייגט...

בילד

וואס א טעיפ איז בכלל ווייסן זיי יא ??
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:20 pm#37548
איך אויך האט געשריבן:להוי ידוע אז מ'קען אויך נוטצן א פען דערפאר.

יעצט זאגסטו מיר? נאך אלע דעיע יארן?
אבער באמת איז אין פענס דא אסאך סטיילס, דיקיקייטן און שעיפס, קען מען נישט זאגן לא פלוג, דאגעגען פענסילס זענען אלע כמעט די זעלבע דיק און ס'האט די עקן וואס פיטן פונקט אריין אין די גריד ציינער פונעם טעיפ.
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:25 pm#37553
גאלד האט געשריבן:איינער האט נאך די "האנדל ערליך" געים, מ'קען קויפן, בארא פארק, וויליאמסבורג, ליזענסק, הכנסת אורחים

א גאר אינטערעסאנטע בלאג פאוסט איבער האנדל ערליך.
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:33 pm#37558
יידל האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:איינער האט נאך די "האנדל ערליך" געים, מ'קען קויפן, בארא פארק, וויליאמסבורג, ליזענסק, הכנסת אורחים

א גאר אינטערעסאנטע בלאג פאוסט איבער האנדל ערליך.
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:37 pm#37562
יעצט באמערק איך אז אין יידל'ס לינק איז שוין דא די בילד.
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:10 pm#37587
זר זהב האט געשריבן:אוי דעי פוד סטעמפס וואס מיין מאמע פלעגט אלץ אפרייסן אזוי ווי פון א בוים, אוי ווען נישט יענע פוד סטעמפס וואלט איך היינט געהארעוועט פאר א דאלער. ודו"ק

דו"קתי...

א געוויסע אויסגאבע אויף אידיש (ע"ה) האט אדווערטייזט אז מען קען באצאלן דעם סאבסקריפשן מיט פ. סטעמפס. :roll:
מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:21 pm#37606
ראשעקאל האט געשריבן:איינער האט אפשר א בילד פון דעם אלטער איד מיט א רויטע בארד אין פראנט פון לי עוו. פאטא וואס איז געגאנגען נאך געלט פאר
טשעבינע ישיבה........

דער איד לעבט נאך און וואוינט היינט אין ב.פ. ער איז ארומגעגאנגען נאך געלט אין אלט'ן סאטמארער ביהמ"ד (אויף בעדפארד) און ער האט געזאגט אז ער גייט פאר ירושלימ'ער אידן. :o
דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:09 am#37652
יידל האט געשריבן:שמואל און געפילטע, ייש"כ פארן מיך אריינברענגן אין א נאסטאלגישע מוט.

גם אני מצטרף, יא ווי די יארן לויפן
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:34 pm#44456
די טונעל לעבן די לאנטש רום אין נעפאנאק
דאס וועט מיר נישט ארויסגיין פין די נאז לעכער
נאך יעדע פרישטוג, לאנטש, סאפער ווי מען פלעגט זיך שטופן ביי די לאנגע דורכגאנג אנצוקומען אין לאנטש רום פאר די ליפטיגע ברויט
עס פלעגן זיך צאמשטופן איבער טויזענט קינדער אנצוקומען אינעווייניג אין לאנטש רום ווי מ'פלעגט זיך תיכף אויסגעליטשן אויף נאסע זעגעלעך - וואס קיינער ווייסט נאכנישט וואסערע ניצן דאס האט געברענגט אין פארוואס פינקט 'זעגעלעך' איז געווען אזא השפעה בשעת א עיר קאנדישאן איז געווען די זעלבע איסור ווי א קאמפיוטער...
אוי, ווער רעדט נאך ווען די גאנצע לאנטש רום האט זיך צוזאמען געשטופט ארויסצוגיין, נאך די 'באשאלום' כתינוק הבורח מבית אסורים

די קלימאקס פלעגט געשעהן ווען עס האט גערעגנט, קוים וואס 1 שירעם האט זיך געקענט עפנען אין דא שטופן זיך אזויפיל קינדער אין יעדער מוז דאך אפען האלטען שירעם
אויב די פארבליטשטע קאפעל (וואס איז ממילא געווען איבערגעדרייט) אדער די 'קעמפ היט' (וואס ליגט אין די ריזיגע גארבעזש בעג וואס מ'נעמט פין אינטער אלע גארבעזש קענס) וועט ח''ו נאס ווערן
פלאטשקענדיג אין די ריזיגע 'פארעלס' מיט שמיציגע וואסער, מיט וואס די טונעל איז געווען אויך באשאנקען, ווייל קעמפ האט נישט געהאט קיין געלט צו פעיווען די לעכער מיט קוילן, (ביי די משפחות באנגעלויס האט מען געהאט א 'נדבן'..)
אויב איז נישט גענוג איז אייביג געווען אפען א טיר אינמיטן דעם טונעל, וועלכע האט געפירט צו א ביה''כ וואס האט מ'האט שוין נישט געפלאנזשט זינט ... האט עס געניצט (אויף די רעכטע זייט פין די בילד)
אין די וואס האבען נישט געקענט שטופן פלעגן אטאמאטיש אריינפליען אויף די ביה''כ, ווי די פלאר איז געווען א אינטש טונקעלע וואסער מיט זעגעלעך..
אה, מ'קומט שוין ענדליך אן צו די סינקס פלעגט די ריזיגע ווינדוי פען אריינבלאזען די געשמאקע אייער גראך פין די מילכיגע קאך צו געבן די ריכטיגע אפעטיט פאר די וועזשטעבל סעלעט וואס די גוי פלעגט פארזוכן בשעת צאממישן מיט בלויזע שווארצע הענט

אבער ביז די סינקס, יא, די סינקס זענען אויך געווען אין דעם טונעל...מ'קען עס נישט מסביר זיין פארוועם עס האט דאס נישט סורווייווט
די האנטוך ווי יעדער האט אריינגווישט די נאז אין די הענט נאך נטילת ידים איז פארשטייט זיך אויך געווען אין דעם טונעל
אבער 'יעדער' איז סוכ''ס אנגעקומען אין לאנטש רום
ווי מ'האט באקומען מיט פלעכטער פאר'ן נישט מיטזינגען 'ויושעינו'

זשאסט זכרונות פין נעפאנק
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:44 pm#44464
דעיס קוקט אויס מער ווי א תפיסה ווי א פלאץ פאר אידישע קינדער
נאך א מזל איך האב נישט געלערענט אין סאטמער
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:47 pm#44466
לעמיל האט געשריבן:דעיס קוקט אויס מער ווי א תפיסה ווי א פלאץ פאר אידישע קינדער
נאך א מזל איך האב נישט געלערענט אין סאטמער

פון די תפיסה רעדט מען אבער מיט נאסטאגאלישע זכרונות, עני סאטמארער איד פון ארום זעכציג יאר און אראפ, וועט וויסן צו דערציילן גאר געשמאקע זיסע זכרונות פון אט די תפיסה ווי דו רופסט עס.

(בדרך צחות; די שוואכערע תפיסות רופט מען אויך קעמפ, אלזא האט עס א שטיקל שייכות ;) )
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:49 pm#44467
ווייל דאס זענען אידן, מ'איז צופרידן וואו מ'איז, אבער טו מיר א טובה, א פלאץ וואו אידישע קינדער לערנען תורה זאל אזוי אויסקוקן??? איך מיין עס פאסט נישט.
אקעי, צוריק צום נושא.
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:52 pm#44470
אגב לעמיל; ביסט נישט דער איינציגסטער, דער שרייבער פון די נעפאנעק תגובה רופט עס אויך א בית אסורים.
קלאר האט געשריבן:ווער רעדט נאך ווען די גאנצע לאנטש רום האט זיך צוזאמען געשטופט ארויסצוגיין, נאך די 'באשאלום' כתינוק הבורח מבית אסורים
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:56 pm#44473
שמואל הלוי האט געשריבן:פון די תפיסה רעדט מען אבער מיט נאסטאגאלישע זכרונות, עני סאטמארער איד פון ארום זעכציג יאר און אראפ, וועט וויסן צו דערציילן גאר געשמאקע זיסע זכרונות פון אט די תפיסה ווי דו רופסט עס.

די אלטע אידן רעדן אויך פונעם אלטע היים מיט נאסטאלגיע, ווי מ'האט אונז פיינט געהאט און אויסגעטיילט ציפקע צרות אויף טריט און שריט.
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:59 pm#44475
איך וויל נישט אריינגיין אין די נושא צו ברייט,
אבער טראג היינט סיי וועלכע עלטערע נעפאנעק וויקטים אין סיי וועלכע נארמאלע קעמפ און זיי וועלן זיך עפענען די אויגן
יא, אוודאי פלעגט מען פרעגלען אין די קינדער 24/7 אז די קעמפ איז די בעסטע ווייל עס איז א רחבות פון אויל אין זעגעלעך מיט מאראסט

אבער רוב עפענען זיך די אויגן
די רשעות לש''ש וואס נעפאנאק האט זיך אויסגעצייכענט פארלאנגט א באזונדערע אשכול.
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:10 pm#44478
יעצט רעדסטו שוין פון שנאה נישט ווייל עס באדערט דיך
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:37 pm#44488
לעמיל האט געשריבן:יעצט רעדסטו שוין פון שנאה נישט ווייל עס באדערט דיך

שנאה צו וועם?
דעמאלטס איז נאך געווען אלעס איינס

יעדע זאלי וואס טראכט איבער וויאזוי מ'האט באהאנדעלט די קינדער וועט פינקט אזוי שעלטן
דאס האט גארנישט מיט שנאה
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 3:54 pm#44504
קלאר האט געשריבן:דאס וועט מיר נישט ארויסגיין פין די נאז לעכער
נאך יעדע פרישטוג, לאנטש, סאפער ווי מען פלעגט זיך שטופן ביי די לאנגע דורכגאנג אנצוקומען אין לאנטש רום פאר די ליפטיגע ברויט
עס פלעגן זיך צאמשטופן איבער טויזענט קינדער אנצוקומען אינעווייניג אין לאנטש רום ווי מ'פלעגט זיך תיכף אויסגעליטשן אויף נאסע זעגעלעך - וואס קיינער ווייסט נאכנישט וואסערע ניצן דאס האט געברענגט אין פארוואס פינקט 'זעגעלעך' איז געווען אזא השפעה בשעת א עיר קאנדישאן איז געווען די זעלבע איסור ווי א קאמפיוטער...
אוי, ווער רעדט נאך ווען די גאנצע לאנטש רום האט זיך צוזאמען געשטופט ארויסצוגיין, נאך די 'באשאלום' כתינוק הבורח מבית אסורים

די קלימאקס פלעגט געשעהן ווען עס האט גערעגנט, קוים וואס 1 שירעם האט זיך געקענט עפנען אין דא שטופן זיך אזויפיל קינדער אין יעדער מוז דאך אפען האלטען שירעם
אויב די פארבליטשטע קאפעל (וואס איז ממילא געווען איבערגעדרייט) אדער די 'קעמפ היט' (וואס ליגט אין די ריזיגע גארבעזש בעג וואס מ'נעמט פין אינטער אלע גארבעזש קענס) וועט ח''ו נאס ווערן
פלאטשקענדיג אין די ריזיגע 'פארעלס' מיט שמיציגע וואסער, מיט וואס די טונעל איז געווען אויך באשאנקען, ווייל קעמפ האט נישט געהאט קיין געלט צו פעיווען די לעכער מיט קוילן, (ביי די משפחות באנגעלויס האט מען געהאט א 'נדבן'..)
אויב איז נישט גענוג איז אייביג געווען אפען א טיר אינמיטן דעם טונעל, וועלכע האט געפירט צו א ביה''כ וואס האט מ'האט שוין נישט געפלאנזשט זינט ... האט עס געניצט (אויף די רעכטע זייט פין די בילד)
אין די וואס האבען נישט געקענט שטופן פלעגן אטאמאטיש אריינפליען אויף די ביה''כ, ווי די פלאר איז געווען א אינטש טונקעלע וואסער מיט זעגעלעך..
אה, מ'קומט שוין ענדליך אן צו די סינקס פלעגט די ריזיגע ווינדוי פען אריינבלאזען די געשמאקע אייער גראך פין די מילכיגע קאך צו געבן די ריכטיגע אפעטיט פאר די וועזשטעבל סעלעט וואס די גוי פלעגט פארזוכן בשעת צאממישן מיט בלויזע שווארצע הענט

אבער ביז די סינקס, יא, די סינקס זענען אויך געווען אין דעם טונעל...מ'קען עס נישט מסביר זיין פארוועם עס האט דאס נישט סורווייווט
די האנטוך ווי יעדער האט אריינגווישט די נאז אין די הענט נאך נטילת ידים איז פארשטייט זיך אויך געווען אין דעם טונעל
אבער 'יעדער' איז סוכ''ס אנגעקומען אין לאנטש רום
ווי מ'האט באקומען מיט פלעכטער פאר'ן נישט מיטזינגען 'ויושעינו'

זשאסט זכרונות פין נעפאנק



גארנישט שטיל נישט די דארשט ווי א טרינק פריזינג קאלט וואסער דירעקטלי פון די קוואל שלויס ארויס
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 4:41 pm#44511
ווער דארף וועדזשיטעבל???
כ'בין אנגעקומען, האביך געזען א קאר מיט א רויטן לעמפל אויפן דאך, פרעגט ער מיר, הא אר יו, זאגיכעם ( שטייטעלך) "איך בין פון קעמפ מחנה רב טוב", זאגט ער מיר....., ווער האט גערעדט, קעי מ'גייט שוין בענטשן.
איר געדענקט דאס?