פארומס › אלטע זכרונות

אלטע זכרונות

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1524
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 4:49 pm#44728
פערינא
גארנישט שטילט נישט די דארשט ווי א טרינק פריזינג קאלט וואסער דירעקטלי פון די קוואל שלויס ארויס


יא, די קוואל ווי יעדער האט געטרינגען די געלע וואסער, דירעקט פון די קראן
ווייל מ'האט געזאגט אין לאנטש רום אז דאס איז די בעסטע וואסער פון די וועלט
(פאר סאם ריזאן פלעגט די 'רשעות'דיגע אינספעקטאר' געבן יעדע 2'טע יאר א ווייאלעישאן אויף די קוואל...)
זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 9:12 pm#44813
לעמיל
ווייל דאס זענען אידן, מ'איז צופרידן וואו מ'איז, אבער טו מיר א טובה, א פלאץ וואו אידישע קינדער לערנען תורה זאל אזוי אויסקוקן??? איך מיין עס פאסט נישט.
אקעי, צוריק צום נושא.


לאו דווקא, מ'וואלט זיכער קאמפלעינט
נאר די מעשה איז, אז דער שרעקליכער בילד טוט נישט אפשפיגלען דעם גאנצן ריזיגן קעמפ, ווי טויזענטער קינדער און צענדליגער משפחות פארברענגען דעם זומער.
דער קעמפ האט צוגעשטעלט גאר אסאך גוטע זאכן, און שיינע גרויסע לופטיגע שטחים און בתי מדרשים.
דער פלאץ איז געווען א אויסנאם, בבחי' "אחת היתה ופרסמה הכתוב", זעהט אויס אז ס'האט נישט געלוינט פאר די קעמפ איינצואווארפן א ציגל געביידע און איבערבויען בלויז צוליב די אומבאקוועמליכקייט.

ווען דו קליקסט דא, זעהסטו וויפיל זיסע איינגענעמע זכרונות עס איז פאראן פון דארט, און אפילו אסאך "בעד מעמאריס" ווערט פארוואסערט מיט אביסל הומאר,
נישט אז עס איז נישט געווען דארט אסאך רשעות, אבער עס מאכט זיך איבעראל, בפרט בימים ההם....
מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 5:14 pm#45139
מיין באליבטע געים פון אלס קינד

מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 5:41 pm#45144
היינט צוטאגס קענסטו עס שפילן אויפן איי פאוין מיט אן עפפ.
מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 5:54 pm#45146
שמואל הלוי
מיין באליבטע געים פון אלס קינד


אלס קינד? דאס איז גארנישט אזוי אלט.
מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:57 pm#45186
יא אלס קינד פאר די בר מצוה! (בערך 15 יאר צוריק) די יארן לויפן.
מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:51 pm#45195
דאס איז נאך פון די איינציגע איבערגעבליבענע עכט אינטערסאנטע שפילן.

אפגעזינדערט פון די היינטיגע שפילן וואס פארמאגן נישט קיין קאפ ארבעט, נאר פארנעמט ס'פלאץ מיט קארטלעך אדער אויפן פאון מיט אנדערע סארטן כללים. איז די געים בלויז א קאפ און מוח שפיל. ווייניג שפילן היינט דאס.

און ס'זעלביגע איז מיט 'סדאוקא' וואס איז א בלויזע מוח-שארפנדער שפיל, וואס די היינטיגע מענטשהייט גלייכט דאס נישט.
מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:20 pm#45205
יעדער וועס דרייווט א קאר און ברוקלין שפילט די געם. ספעציעל ווען די געלע באסעס זענען אויף'ן רוט.
מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:40 pm#45220
דע פראבלעם איז אז אסאך מענטשען לייגען אויכט צי דעם נישט צו קיין קאפ
מריקט און מבעקט ביז סגעלונגט אין די רויטע קאר איז אינדערויסען
ומאי אהני לן בתקנתא?
מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:12 pm#45292
קרעקער
דע פראבלעם איז אז אסאך מענטשען לייגען אויכט צי דעם נישט צו קיין קאפ
מריקט און מבעקט ביז סגעלונגט אין די רויטע קאר איז אינדערויסען
ומאי אהני לן בתקנתא?

נעה וואס רעדסטו פון לעוועל 50 און ארויף קענסטו ריקן אהער אין אהין ביז מארגן!!
עס גייט נישט עס פארט נישט דער מאשין!!
מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:34 pm#45300
איך בענק מיר נאך די ברויט אין סאטמארע אינגל קעמפ, עפעס א יוניקנעס האט עס געהאט
דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:13 am#45314
ביסט נישט דער איינציגסטער. און וואס איז מיט די וועלט-בארימטע קאקאוש קעיק...... (וועלט בארימט נאר ביים סאטמארן עולם..)
דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:30 am#45326
די קאקא איז געווען צו ביטער פאר מיין טעיסט, און פון וואסער מעלאנע ביניך קיינמאל קיין חסיד נישט געווען. נא אפפענס צו הרב טירנויער ז"ל...
דאנערשטאג אקטאבער 4, 2012 5:58 pm#49425
מיין אלטע קאמפיוטער
📎 gg-amiga.jpg
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:28 pm#52191
שמואל הלוי
קאני ראטענבערג ע"ה

📎 kuney%20o''h.jpg
דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:19 pm#52370
נו קיינאיינער קען נישט שרייבען אביסעלן פון זיין ביאגראפיע? אדער אביסל היסטאריע פון די פארוואנדעטע נשמה? איך וועל דערמאנען איין זאך, ער האט געהאט א פיין הארץ און ער פלעגט מנדב זיין צדקה.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:00 pm#61968
דעס שפילט מען נאך היינט?
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:21 pm#62685
ווער געדענקט נאך ווי ס'פלעגן ארום לויפן אין די וויליאמסבורגער גאסן באנדעס מיט הונט, טייל מאל איין הונט אליין אן א בעל הבית און מ'האט אלץ געדארפט אריבער גיין אויף די צווייטע זייט איך וואונדער מיך וויאזוי דאס האט געקענט אנגיין פאר א לאנגע צייט און די שטאטישע אגענטורן האבן גארנישט געטון דערצו, ס'קען אפשר זיין אז מ'האט נאך דעמאלטס נישט געהאט אזעלכע גוטע פארבידונגען מיט די שטאט טאטעס ווי היינט. ביטע קאמענטירן דערוועגן
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:36 pm#62690
ציבעלע-קיגל
שמואל הלוי
קאני ראטענבערג ע"ה



די יארצייט איז היינט, אדער געווען נעכטן...
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:07 pm#62703
יהא זכרו ברוך
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:09 pm#62704
אמן.
דוכט זיך א ברודער זיינער האט נעכטן חתונה געמאכט.

אגב, חוץ וואס קאני ע"ה אליין ברענגט ארויף נאסטאלגישע זכרונות, זענען די קארס און געשעפטן אונטער אים אויך גאנץ אינטרעסאנט...
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:22 pm#62713
"חשבון הנפש" פון די האנדל ערליך שפיל ליין די שרעקעדיגע עבירות וואס מ'ווערט באשטראפט
📎 Kheshbon Hanefesh 2.jpg
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 6:15 pm#62731
sunbar
ציבעלע-קיגל
שמואל הלוי
קאני ראטענבערג ע"ה



די יארצייט איז היינט, אדער געווען נעכטן...

איצה'ס האט שוין אויך א יארצייט
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 1:25 am#62873
ענטפער צו קאווע טרינקער
"איצא'ס האט שוין אויך א יארצייט".
נישט נאר א יארצייט. אויך א שינוי השם. "פניני". אבער דער בילד אליין וועקט אויף נאסטאלגישע זכרונות.
מאנטאג פעברואר 4, 2013 1:02 pm#84493
נאסטאלאגיע... ס'בענקט זיך צוריק צו די שני הקטנות.

יוש האב איך אריינגעארבעט אין דעם דאזיגן טוי, ביי די צוויי האלב דריי יאר (נאך פאר די פיאות - איך געדענק נאך ווי היינט).
269528_10200230255736194_1466541696_n.jpg
מאנטאג פעברואר 4, 2013 1:05 pm#84496
שמואל, האסט דאס געטראפן בשעת'ן פסח'דיג מאכן?
דאס פלעגט מען ניצען אין די וואנע... אוי אלטע זכרונות, איך געדענק ווי איך פלעג אמאל אריינפיטען אין די וואנע, היינט גייט דאס נישט..
מאנטאג פעברואר 4, 2013 1:06 pm#84499
נאך א בילד פון קאני ראטענבערג ע"ה (אין סאטמאר-ראדני)
302108_243682305694250_1490496702_n.jpg
מאנטאג פעברואר 4, 2013 1:16 pm#84502
12036_3351433284066_832885084_n.jpg
מאנטאג פעברואר 4, 2013 2:53 pm#84548
שמואל דו ברענגסט מיר צוריק צו די אלטע נאסטאלאגישע קינדער יארן.. זארגלאזע טעג, (חוץ קענען ביים פארהער...)

האט מען שוין גערעדט פון די דאנקי-קאנג טיימ-אוטס? וואס אין מיינע יארן האט מען פארברענגט שעות ארוכות דערויף?.. בפרט אין קעמפ..
📎 DK1.jpg
מאנטאג פעברואר 4, 2013 2:59 pm#84551
מיין טאטע האט קיין איינס נישט ערלויבט!
ממילא האט מען גענומען פון די חברים, שכנים, א.א.וו.
מאנטאג פעברואר 4, 2013 3:19 pm#84571
מיין טאטע זז"ג איז אויך געווען פון די שטרענגע און אלעס גע'אסר'ט. (אפשר א דאנק דעם האבן מיינע מלמדים מורא געהאט צו נוגע זיין בדברי)
און "ווען איך גיי זיין א טאטע..." איז טאקע מקוים געווארן, איך לאז מיינע קינדער טוהן וואס זיי ווילען. איך גיי אים נישט איינשרייבן אין YU (א חוץ אויב די חסידיק-ספרינג וועט שוין דעמאלסט זיין בתוקפו) אבער אויב ער פרעגט רשות, און הדרכה, וואלט איך אים אריינגעשטעלט דארט. אע"פ ער גייט מיר איבערשטייגען, אבער חז"ל זאגען דאך שוין אין אדם מקנא בבניו וכו' בב"א.
מאנטאג פעברואר 4, 2013 3:35 pm#84588
קאווע טרינקער
מיין טאטע זז"ג איז אויך געווען פון די שטרענגע און אלעס גע'אסר'ט. (אפשר א דאנק דעם האבן מיינע מלמדים מורא געהאט צו נוגע זיין בדברי)
און "ווען איך גיי זיין א טאטע..." איז טאקע מקוים געווארן, איך לאז מיינע קינדער טוהן וואס זיי ווילען. איך גיי אים נישט איינשרייבן אין YU (א חוץ אויב די חסידיק-ספרינג וועט שוין דעמאלסט זיין בתוקפו) אבער אויב ער פרעגט רשות, און הדרכה, וואלט איך אים אריינגעשטעלט דארט. אע"פ ער גייט מיר איבערשטייגען, אבער חז"ל זאגען דאך שוין אין אדם מקנא בבניו וכו' בב"א.

מען לערנט דאך שוין מאור ושמש דארט... וואס איז די פראבלעם אים איינצושרייבן דארט?
מאנטאג פעברואר 4, 2013 7:24 pm#84632
משה געציל, מאור ושמש וואלט איך שוין דורכגעלאזט, יעצט הער איך אז משה וויינבערגער, וואס איז אויפגאוואקסאן אלץ mo און אליינס געקומען צו די הכרה אז שבת דארף מען גיין מיט א שטריימעל, ווערט דערט אויפגענומען אלץ משגיח,,,, שומו שמים,,, כשהן יורדין,,,,,
איך בין קרח וקרח
מאנטאג פעברואר 4, 2013 7:28 pm#84633
אוי וויי, איך מיין אז דו גייסט אים מוזן בלית ברירה איינשרייבן אין בר אילן אוניווערסיטעט.
בד"וו, משה האט זיך אנגעטאן א אנשי שלמינו שטריימל, אדער דעם רוח הקודש נעטווארק שטריימל מיטן שמויגער אויבן?
מאנטאג פעברואר 4, 2013 8:33 pm#84653
שמעקעדיג
מיין טאטע האט קיין איינס נישט ערלויבט!


קאווע טרינקער
מיין טאטע זז"ג איז אויך געווען פון די שטרענגע און אלעס גע'אסר'ט.


אריין אין דעם "געליטענעם גענעראציע" אשכול.
דינסטאג פעברואר 5, 2013 11:27 am#84796
שמעקעדיג 3 חדשים צוריק
דוכט זיך א ברודער זיינער האט נעכטן חתונה געמאכט.

אגב, חוץ וואס קאני ע"ה אליין ברענגט ארויף נאסטאלגישע זכרונות, זענען די קארס און געשעפטן אונטער אים אויך גאנץ אינטרעסאנט...


ס'דאכט זיך מיר אז אזעלכע זיסע נפשות דרייען זיך שוין היינט נישט ארום.
זונטאג פעברואר 10, 2013 3:57 pm#85811
<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.mashable.com/2012/09/10/tech-nostalgia/">www.mashable.com/2012/09/10/tech-nostalgia/</a><!-- w -->
דינסטאג מערץ 5, 2013 10:08 am#93074
א טאפ מיט זכרונות צוזאמגעווארפן
דינסטאג מערץ 5, 2013 2:55 pm#93231
Bedford Ave. & Ross St. - 1908
📎 1908BED RS.jpg
דינסטאג מערץ 5, 2013 3:24 pm#93249
[ציטאט אראפגענומען]


ממי דערצייל אביסעל פארן יונגען עולם וואס דעי אלע זאכן מיינען
דינסטאג מערץ 5, 2013 4:06 pm#93290
עטרת יואל? וואס איז דאס?
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 6:28 pm#106435
ווער געדענקט נאך דאס?
מיט דעם האט מען געמאכט די דברות קודש, און נאך אסאך אנדערע גוטע זאכן, ווי צב"ש די אויפפירונג צעטל אין חדר, און אויך א ליסטע פון אלע קינדער...
📎 Typewriter.jpg 📎 typewriter7.jpg
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 8:36 pm#106490
😳 😳 שמעקעדיג. דו ברענגסט א פיקטשער (בילד בלע"ז) פון א "קווערטי" טייפרייטער און דו שרייבסט אז מיט דעים האט מען געשריבן די דברות קודש און מיט דעים? האט מען געשריבן די ליסט פון די קינדער???
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 9:41 pm#106516
אוי 😳 😳 😳 😳 😳
These images are for illustration purposes only
פרייטאג אפריל 19, 2013 10:51 am#106650
או. קעי. או. קעי. נעם דיר נישט אזוי שטארק צום הארצן. מחול לך. מחול לך. אונז האבן א סאך מער ערנסטע פראבלעימען. איך זארג מיר זייער שטארק איבער די ירידה אין יודישקייט. ס'איז דא (ליידער) אזוי סאך פראבלעימען. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. כ'על נאר אנכאפן א קליינע דוגמא. שמאלע, געפאסטע קליידער, עירוב, שטערן/שפאקטיוו, דורכזיכטיגע קליידער געשעפטן (פי' די געשעפטן זענען דורכזיכטיג). כ'פארשטיי נישט וואו זענען אונזערע עסקנים? פארוואס שלאפן זיי. איך טו דירעקט אפעלירן צו ר' הערשל קלאר שליט"א. אנא ממך היות דו ווערסט שוין עלטער. זיי מחנך די קומענדיגע דורות מיט אזא אייפער און ברען לקנא קנאת ה' צבא'. על מי נטשת את צעירי הצאן. איך , בל"נ נעם מיר פאר עפעס צו טון פאר אידישקייט. איך וועל בל"נ פארברענען א מדינת ישראל פאן, ביי די נעקסטע ל"ג בעומר הדלקה. אפשר ווייסט איינער וואו מ'קען קויפן א פאן פון די מדינה הטמאה. כ'על עס ברענגען צו מיין רעבי'ן און צולייגן צום פייער בשעת די הדלקה.
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 4:21 pm#155861
אז דאס הייסט אלטע זכרונות, ווער איך שון טאקע עלטער
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 4:37 pm#155864
ואמרתם כה לחי.. רבי.. ימ''ש..
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 4:38 pm#155865
קויפטס הושענות אן זעגעלעך, ביי שלום לויפער ווייל ער איז דעם רבינס תלמיד..
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 4:39 pm#155866
פאפא רבי צדיק הדור סאטמארע רבי פלעינע פלעינע רבי.. [ווער געדענקט דאס]
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 4:49 pm#155869
און ווער געדענקט נישט 'קיטשי סורי'...