דינסטאג אקטאבער 3, 2023 2:08 pm#537012
וואס קען איך שמועסן ביים שבת/יו"ט טיש?
ס'קומט שוין די צווייטע טעג בע"ה און מ'גיימיר אויף יו"ט צו מיין שווער און שוויגער. מיין משפחה האט הנאה צו גיין און מיך שטערט עס אויך נישט. איין פראבלעם האב איך נאר : די סעודות. די מעשה איז אזוי: מיין שווער און א חלק פון זיינע קינדער באלאנגען צו איינע פון די באקאנטע חסידות'ען, און יעדע דריי פיר סענטענסעס וואס קומט ארויס פון זייער מויל האט עפעס א שייכות מיט זייער רבי אדער פארטיי. נישט דווקא לשבח, נאר פשוט ווייל זייער גאנצע לעבן דרייט זיך ארום דעם. די רבי האט געזאגט אזוי, די רבי האט געטראכט אזוי, מעכל האט געגעבן פאר'ן רבי, זרח האט געכאפט פונעם רבי, דער רבי האט געפרעגט, געמיינט, געלאכט, געוויינט, אונטערגעשריבן, נייע ביהמ"ד, אלטע ביהמ"ד, נייע תקנה, אלטע גזירה, די חסידות'ס אתרוגים מארקעט, ערב יו"ט קיאפאנס פון די חסידות געשעפטן, געזעהן עפעס אין די חסידות צייטונג /מעגעזין/ גליון, וכו'.
דאס אלעס ברענגט מיר די בלוט אויף אין קאפ נישט ווייל כ'באלאנגט נישט צו די פארטיי און די אלע זאכן אינטערעסירען מיר נישט, נאר ווייל כ'בין קעגן די רבי'ס-אנשיקעניש , און ס'שטערט מיך אז מיינע קינדער הערן די הבלים ביי יעדע סעודה עקסטער.
מיין שווער'ס משפחה זענען לאו דווקא פאנאטישע חסידים, און קענען פארנעמען א דזאוק אדער אפילו א קריטיק אויף זייער רבי, און אמאל אמאל צולאז איך מיך טאקע און כ'זאג א קאמענט וואס מאכט חוזק פון די פארטיי אדער אפילו די רבי אליין. אבער די גאנצע מצב איז נישט לרוחי. כ'וויל נישט זיין דער וואס רופט זיך אייביג אן עפעס נעגעטיוו, און בכלל דארף איך עפעס אנדערע זאכן פון וואס צו שמועסן ביים טיש.
פארשטייט זיך אז מ'האלט שוין נאך דברי תורה. אונז זעמיר נישט קיין פראסטאקעס, און געווענטליך זאג איך עפעס א ווארט אויף די פרשה אדער יו"ט. אבער מ'דארף דאך שמועסן אויך.
איז מ'קען דא רעדן גענערעלע געדאנקען פון וואס מ'קען שמועסן, אבער אויך ספעסיפיק פאר די וואך סוכות תשפ"ד. וואספארא היימישע טאפיק'ס זענען יעצט אויף די סדר היום וואס מ'קען מאכן א שמועס וועגן דעם די קומענדיגע יו"ט ביים טיש?