חדשים #
לויט ווי איך האב געליינט איז כאמאס דומה צו אייסיס, און וויאזוי איך האב צוגעצייכענט. וואס איך פארשטיי ביזטו דעמאלטס אויך מודה אז מען קען זיי נישט טראסטן מיט א מדינה.
אפילו אז נניח את זה, איז ווי כ׳האב
געשריבן טוהט א מלחמה קעגן חאמאס, נישט באדייטן אַן אפווארף פון דאס גילטיגקייט, תועלת און ריכטיגקייט וכו׳ פון א צוויי-סטעיט סאלושאן מיט די פאלעסטינער בכלל (אַבּאַס וכו׳).
חדשים #עס איז שווער צו ענטפערן אויף א צד השוה, ווען עס איז א געמיש פון נקמות אקעגן פריוואטע רעכטע שטיק און ראדיקאלע שטיק ועוד.
אבער לכאורה איז די שורש פון
אלע און זיי
אלע זענען נובע פון א פאליטישע ״מיינס/דיינס״ געפעכט, ווי איידער א ״דו גלייבסט אין עפעס אנדערש ווי איך״ געפעכט וכדומה. דאס איז די צד השוה. די פונקטליכע פרטים וואס האבן דאס פונקט צוגעברענגט יעדעס מאל, זענען טאקע יעדעס מאל אנדערש. אבער די אונטערליגענדע כלל איז אלעמאל דאס זעלבע.
חדשים #לגבי די דריטע נקודה, איז אין לדבר סוף וא”א לברר, עס איז שאד די סברות ווייל עס גייט לכאן ולכאן.
איה״נ. פון איין זייט קען מען דאס מדמה זיין צו איראן, סיריע, טאליבאן וכו׳ ווי איך טוה. פון די אנדערע זייט אבער קען מען טענה׳ן, ווי
צוגעברענגט פון דר. הררי, אז בהעבר ווען מ׳האט נאר נאכגעגעבן דברים פרטיים, האט עס נאר געברענגט אלס רעזולטאט
מער געוואלדטאטן. און די
שאלה איז צי דאס ווייזט אויך אויף דעם אז נאכגעבן על הכלל כולו, אַן אייגענע לאנד מיט סעלף-דיטערמענעישאן, וועט אויך ווייטער זיין אזוי.
וואס
@עובדיה זאגט רירט אָן אויפ׳ן
שמועס איבער הגדרת זהות ״ישראל״, און ווי ווייט דאס איז אָנגעוואנדן אין נעשאנעליזם. לדוגמא, מיינענדיג, דא אין די קאנטעקסט קען מען טענה׳ן פון א רעליגיעזע פּערספּעקטיוו אז מאידך גיסא האט דאס געהאט אַן אפעקט און טוישן זהות ״עם ישראל״ פונעם רס״ג׳ס ״אין אומתינו אומה אלא בתורותיה״, דאס וואס ראש וראשון (arguably, ואליבא דהרס״ג) דעפינירט איר אייגענארטיגע קולטור, צו דאס אז די זהות ״עם ישראל״ איז (ראש וראשון) מקושר עם ארצו ועמו אזוי ווי יעדעס אנדערע עטניק נאציאנאליטעט. און די פראיעקט איז טאקע נולד געווארן און בעיקר אָנגעפירט געווארן דורך די וואס זענען נישט געווען רעליגיעז, ווען מ׳האט איינגעזעהן אז דאס מענטשליכע בּיגאטרי (עכ״פ לע״ע) דערלאזט נישט אז קיין שום אומה זאל (גענצליך) נתבולל ווערן אין אַן אנדערע; יעדעס אומה וועט בע״כ אלס פארבלייבן מיט איר עטנישע נאציאנאליטעט זהות און מאַרקער, אפגעזעהן וויפיל זי זאל דאס וועלן שׁעדן
(ולכאורה אונטער דעם ליגט טאקע א חלק פון די היינטיגע ליבעראלע געדאנק פון מאָלטיקולטוראליזם און אנערקענען און רעספּעקטירן די פארשידענארטיגע קולטורן פון מענטשן, און קעגן דאס געדאנק פון ריין אסימילירן). (ווי געשריבן, האט הערצל טאקע געקלערט אז א מדינה מיוחדת לישראל קען זיין א לעזונג צום בּיגאטרי פראבלעם פון אנטיסעמיטיזם קעגן אידן, ווען מ׳איז אפגעזונדערט בארץ לבדד להם ככל שאר עם ולשון. און זהות האט טאקע צו טוהן מיט בדידות, כמו שפירשו המפורשים עה״פ בבמדבר כ״ג ט׳ הן עם לבדד ישכון ובגויים לא יתחשב.)