מאנטאג יאנואר 8, 2024 12:02 am#543995
Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן
איך וויל שרייבען איך האב נישט וואספארהער #לויט ווי איך פארשטיי האסטו באמת הנאה דא, עכ''פ פון געוויסע זאכן וואס די קענסט דא ליינען און נישט ערגעץ אנדערש,איך וויל שרייבען איך האב נישט וואס
שעפטאל #כ'מיין אז נקודה צוויי פונעם @אנאנים דערקענט זיך שוין, ס'טוהט זיך מער אין שטיבל ב"ה.
כ'געדענק ווי פריילעך כ'בין געוועהן מיט די מנהל'ס ערשטע מעלדונג איבער די 951 ניק'ס.
מיין האפענונג איז, ס'זאל נישט בלייבען ביי צוויי תגובות א יאהר, נאר די אייז זאל זיך ברעכן. כ'געדענק ווי שטארק מיינע הענט האבן געציטערט ביי מיינע ערשטע פאר תגובות. און עד היום הזה ליין איך אמאל איבער א לענגערע תגובה אסאך מאל. אונז קענען טאקע פאוקעסן אויף נייע ניקים וואס שרייבן מענטשליך און צום זאך זיי צו מקרב זיין.
שכח וואלווי און מנהל פארן געבן א ברייטערע פערספעקטיוו אויף ביידע זייטן פון די מטבע.
לאכעדיג #יא, נאך אלע מעשיות מיין איך אז מ'זעט קלאר אז די ארבעט פונעם מנהל צאלט זיך אויס, און קאווע שטיבל לעבט אויף אלע באקן ווי @טאמבל סאס און @שעפטאל האבן שוין עדות געזאגטאונזער מנהל מאכט א פיינעם ארבעט.
א כבוד פאר קאווע שטיבל!
KEEP IT UP
מילך טראק #אין המשל דומה לנמשל,איך גיי אריין אין א פרעמדע שוהל זיך זעה אין די קאווע שטיבל איז דא א סיין נאר נעמען קאווע אויב שמועסט מיט !! איך וואלט מסתמא נישט גענומען קיין קאווע דארט.
איך וואלט גלייך אריין געגאנגען אין פאליש (ווען ס'איז ווען יא אפען)
איך טראכט הויעך צו ווען איינער וויל רעגיסטרירן צום קאווע שטיבל און זעהט דעיס צו ער טראכט נישט אקעי ס'איז נישט געמאכט פאר מיר איך גיי מיך ווייטער.
פתחו לי #די זאגסט דאך אזוי גוט…אז איך האב ממש גארנישט וואס, צו צולייגן צום שמועס, גארנישט וואס אנדערע קענען נהנה זיין, דארף איך נאכאלץ שרייבן?
קענסט דעם קרעמל, ווי דער יקיל רופט זיך אהן, סתם אזוי אז מ'זאל מיינען ער זאגט עפעס?
ווען איך וועל האבן וואס צו זאגן, וועל איך עס שוין אויסשרייען הויך, אז מ'וועט שוין הערן אין אלע גאסן.
ווילאנג מיינע דעות זענען נישט גענוג אינטרעסאנט, לאז מיר נישט דארפן שרייבן, אזוי וועלן די ליינער זיך ווייניגער דארפן זיך רעגן.
Imho
קל לזכור #עד שבא קל לזכור והחזיר עטרה ליושנה...עס אעז געווארן דא א פלאץ ווי אלע פארומס ווי מען טענהעט זיך ארום אבי אין די וועלט אריין. קאווע שטיבל האט פארלוירן די הויכע קאליבער מחשבהדיגע שריייבעריי.
ישר בעיניו #האסט געליינט די תקנות פארן פרעגען?איך ווייס איך גיי מיך פארברענען אבער דאך וויל איך פרעגן.
וואס טוט זיך די מנהל אזוי אויף יעדע שני וחמישי אז האט ער פארמאכט "נאך צענדליקע ניקס", איך מיין ווען איך האב ווען א ביזנעס אדער ארגעניזעשן וואלט איך מיך מער געוואלט אויפטוען מיט פאזיטיווע עררייכונגען.
ודי בזה
ישר בעיניו #ביסט לכוארה גערעכטאיך ווייס איך גיי מיך פארברענען אבער דאך וויל איך פרעגן.
וואס טוט זיך די מנהל אזוי אויף יעדע שני וחמישי אז האט ער פארמאכט "נאך צענדליקע ניקס", איך מיין ווען איך האב ווען א ביזנעס אדער ארגעניזעשן וואלט איך מיך מער געוואלט אויפטוען מיט פאזיטיווע עררייכונגען.
ודי בזה
היימלינד #אלע דיינע קשיות אין ספקות דארף לכאורה פארענפערט ווערען מיט די צוויי שארפזיניגע ווערטער ודי בזה... ודו"קישר בעיניו #האסט געליינט די תקנות פארן פרעגען?איך ווייס איך גיי מיך פארברענען אבער דאך וויל איך פרעגן.
וואס טוט זיך די מנהל אזוי אויף יעדע שני וחמישי אז האט ער פארמאכט "נאך צענדליקע ניקס", איך מיין ווען איך האב ווען א ביזנעס אדער ארגעניזעשן וואלט איך מיך מער געוואלט אויפטוען מיט פאזיטיווע עררייכונגען.
ודי בזה
אויב דיין קשיא איז אויף די תקנה דאן פרעג דארט נישט דא
עס איז זייער קלאר געשריבען געווארען דארט די סיבות.
קורקלענד #דאס איז דאך די דיל מיט די עסקנים... מ'וועט עס פארמאכן צוביסלעך, אז מען זאל נישט באמערקן אז עפעס איז דא געשען...עניוועיס ס'זעהט אויס ווי ס'קומט איין טאג א מאסן דזשענאסייד סייוויסיי דא. ס'ווערט מער און מער טייט. דאס פלאץ איז שוין פון לאנג דיאגנאזירט, ס'גייט דורך טריטמענטס, נאכדעם וועט קומען האַספּיס און נאכגעפאלגט מיטן טויט.
קורקלענד #אזוי זעהט מיר אויך (ליידער) אויס.[ציטאט אראפגענומען]פארוואס נישט זאגן די זעלבע זאך אויף אביסל מער א איינגענעם אופן?
בכלל נאכן ליינען דארט איז מיר אויך נישט קלאר צו מ'רעדט פון א יאר אדער איבער די ערשטע יאר.... עניוועיס ס'זעהט אויס ווי ס'קומט איין טאג א מאסן דזשענאסייד סייוויסיי דא. ס'ווערט מער און מער טייט. דאס פלאץ איז שוין פון לאנג דיאגנאזירט, ס'גייט דורך טריטמענטס, נאכדעם וועט קומען האַספּיס און נאכגעפאלגט מיטן טויט.
צפת #כ'פראביר גוט אויסצוהערן אלעס וואס די מנהל זאגט נישט...קורקלענד #דאס איז דאך די דיל מיט די עסקנים... מ'וועט עס פארמאכן צוביסלעך, אז מען זאל נישט באמערקן אז עפעס איז דא געשען...עניוועיס ס'זעהט אויס ווי ס'קומט איין טאג א מאסן דזשענאסייד סייוויסיי דא. ס'ווערט מער און מער טייט. דאס פלאץ איז שוין פון לאנג דיאגנאזירט, ס'גייט דורך טריטמענטס, נאכדעם וועט קומען האַספּיס און נאכגעפאלגט מיטן טויט.
(עה, נאר א דזשאוק...)
וואלווי #דערמאנט א ווערטל...
קרית ויזניץ איז די עלסטע ערפארט אין בני ברק, מ'פליעט שוין פון דארט א גוטע פופציג יאר...
ס'דא א קלער אז קאווע שטיבל איז אויך אן ערפארט...
ראדני #איך סו דיך (קלאג) אלס א (געוועזענער) מתפלל אין ראדני. ס'הייסט? דו האסט דיר גענימען א נאמען וואס איז באוואוסט ביי כלל ישראל אלס די גרעסטע? ביהמ"ד אין די וועלט. (אויסער בעלזא אין ירושלים און קיעפ סטריעט אין וויליאמסבורג, הס מלהזכיר).די גאנצע געלט וואס דו רעכנטסט צו באקומען פון די אוקשן וועסטו מוזן באצאלן פאר די "אינפרינדזשמענט" פון א קאפי רייט. ווער האט דיר געגעבן רשות זיך צו באניצן מיט א נאמען וואס (האט אמאל) רעפרעזענטירט כלל ישראל? דו האסט דאך נישט געפרעגט קיין רשות ביי ר' יחזקאל שמש אויב דו מעגסט דיך באניצן מיט דעם נאמען.אזויווי מען פאדוצירט מער נישט קיין נייע ניקים, און די סופליי האט אויפגעהערט וואקסן אבער די דימענד איז נאך דא , קומט אויס אז די ווערט פון ניקים גייען מורא׳דיג שטייגען איבער די קומענדיגע יארן, ובכן איך לייג דא ארויס מיין ראדהי ניק אויף צים פארקויפן די ליציטאציע הייבט זיך אן ביי צעהן טויזענט.
ווען ביטקוין איז אנגעקומען צו פופציג אלפים האט מען זיך געגעסען פארן נישט קויפן קיין ביטקוין, חברה דעיס איז די אפ ענד קאמינג ביטקוין, א וואנס אין עי לייפטיים אפערטוניטי, לויפט און קויפט.
$10,000 פאר ראדני צום ערשטן מאל
$10000 פאר ראדני צום צווייטען מאל
נו קומט אין אישי
שבת אחים #מיר בענקן זיך נאך דיר!וואלווי #דערמאנט א ווערטל...
קרית ויזניץ איז די עלסטע ערפארט אין בני ברק, מ'פליעט שוין פון דארט א גוטע פופציג יאר...
ס'דא א קלער אז קאווע שטיבל איז אויך אן ערפארט...
איך פלי אהין און צוריק, איך פלי ארויס און דערנאך פלי איך צוריק אזא בחינה פון
משלחת וחוזרת…