Re: די איזרעלי פלעג אויף די פאנעוויטשע ישיבה
אז איך ווייס יא, וועל איך דא קומען זאגן די אמת.
די התייסדות הישיבה איז געווען דורך הרב יוסף שלמה כהנמן, א גאון און א צדיק וואס האט געארבעט כל ימיו לשם שמים פארן באשעפער. ער האט אריינגעברענגט תלמידים א שטייגער ווי הרב אורי קלרמן און הרב גרשון איידלשטיין, ווי אויך הרב יעקב איידלשטיין, הרב חיים פרידלנדר, און נאך א פאר. דער רב זצ"ל זעלבסט איז ארומגעגאנגען זוכן בחורים פאר די ישיבה, און דארט האט ער געשטעלט הרב שמואל רוזובסקי און הרב אבא גרוסברד אלס הנהלה. דאס איז געווען אין תש"ד. א יאר שפעטער האבן שוין געלערנט דארט זיבעציג בחורים, און הרב דוד פוברסקי איז געקומן פון ליובאוויטש ווערן א מגיד שיעור.
די ישיבה האט באלאנגט 100% פארן רב, ולא ערער אדם מעולם על זה. אלע ראשי ישיבה דארט האבן דאס געוואוסט, און ער האט עס אנגעקוקט ווי נכסיו הפרטיים, ביז להלכה ולמעשה, וואס ער פלעגט אנצינדן חנוכה לעכט אונטן, הגם ער האט געוואוינט אויבן, ווייל די גאנצע בנין איז געווען זיין שטוב.
נאך הקמת המדינה האט דער רב געהאנגען א פאן אויף די ישיבה אום יום העצמאות, זאגענדיג "אין ליטא האבן מיר געהאנגען א פאן אויף זייער חגא, דא איז נישט אנדערש." דאס איז די אלגעמיינע ליטווישע שיטה אויף ציונות, אז דאס איז גארנישט מיט נישט, נאך א טריט אין גלות. און נישט נאר דאס, נאר תחנון האט מען אויך נישט געזאגט אין ישיבה אום ה' אייר, און עס דוכט זיך אז עד היום הזה זאגט מען נישט קיין תחנון. אלע ראשי ישיבה האבן מיטגעשטימט, אחוץ הרב גרשון איידלשטיין זצ"ל, וואס ער פלעגט זאגן תחנון נאך קדיש.
הרב שך האט קיין פאן נישט אראפגענומען, נישט זייענדיג באשעפטיגט מיט אזעלכע מינדערוויכטיגע שטותים.
יעדעס יאר קומען א פאר ליידיגייערס און פראבירן דאס אראפצורייסן, אבער קיינער קימערט זיך נישט מיט זיי. די פאליציי היטן אפ, און יענע חברה גייען צוריק אין בונקער זוכענדיג נאך אקיופעישען.
יא, בן צבי איז געווען ביים חנוכת הבית, און אפאר קנאים האבן מוחה געווען. לבסוף נתגלה אז דאס איז געווען עפ"י בקשת החזון איש, וואס האט געהאט א סבה דערצו. פרטים מוזן בלייבן באהאלטן.
אבער אשרי חלקו פון דעם פונוביזער רב, וואס האט אויפגעשטעלט די ערשטע געלונגענע ישיבה אין ארץ ישראל, וואס ממנה יתד וממנה פינה צו אלע אנדערע חרדישע ישיבות אין ארץ ישראל. ווען נישט אים, וואלטן די ישיבות נישט געהאט די צורה וואס זיי האבן, פון גענצליך ליגן אין לערנען אן קיין זייטיגע באשעפטיגונג.