Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
שוידערליכע אויפדעקונג!
אימעילס ארויסגערינען פון די סופעראיטענדענט פון קרית יואל סקול דיסטריקט, ר' יואל פאלטין הי"ו, צייגט אז צוויי וואכן צוריק, הארט פאר די תהילים שיעור אין קרית יואל ווי מען האט אויסגעשריגן "מיר וועלן נישט ענטפערן"... פאר ר' יואל הי"ו האט זיך געדארפט אראפזעצן מיט האדמו"ר מהר"א און מאכן א באשלוס וואס צו ענטפערן בנוגע די פעטוועיס, האט ער אנגעפרעגט ביי די דיפארטמענט אף עדיוקעישאן נישט מער און נישט ווייניגער אז אויב וועלט ער אויס נישט צו נעמען א פעטוועי, ווען איז די לעצטע זמן וואס מען וועט קענען "צוריקציען" און "יא" אויסוועלן א פעטוועי?
דאס קומט נאכדעם וואס ווי באקאנט מיטן נישט נעמען א פעטוועי פאלט מען אויטאמאטיש אריין אינעם זיבעטן פעטוועי, און פון דעם האט ער דאך זייער מורא.
רבן דקרו! אוי "להם" מעלבונה של תורה!
"סאטמאר" שטוינט: הרצחת וגם שקרת?!?!
דער זעלבע מהר"א וואס האט געשריגן בפני כל עם "מיר וועלן נישט ענטפערן פאר די רעגירונג" און עס פארשפרייט אין אלע גאסן….
דער זעלבע מהר"א וואס האט בלוט אויף זיינע הענט מיטן מבזה זיין יעדע ערליכע קהלה בישראל וואס האט איינגעזעהן יא צו נעמען א פעטוועי למען עתיד חינוך דורותיהם….
דער זעלבע מהר"א וואס איז ארויסגעקומען מיט זיין גע'אסר'טן 'בלאט' און גיסט פעך און שוועבל אויף תלמידי רביה"ק וואס האבן פארשטאנען אז מען דארף נעמען א פעטוועי….
ווי שטוינענד עס הערט זיך, ער וויל וויסן ביז ווען מען קען "צוריקציען" און 'יא' נעמען א פעטוועי!!!!
וואס פארקויפסטו שקרים פאר דיינע אייגענע מענטשן...??
ווי איז דיין יהרג ואל יעבור...??
וואס מאכסטו לצנות פון זיך אליינס...??
ווי איז די קנאות דקדושה פון דיינע תהילים שיעורים...???
וואס איז געווארן מיט דיין "נישט ענטפערן"...??
אונז האבן געמיינט דו דערשרעקסט זיך נישט...??
ווי איז דיין שמואל שלמה טעללער וואס שרייבט אז עס איז יהרג ואל יעבור??
האסט געמיינט עס גייט גארנישט געשעהן...? אדער האסט נישט געוואוסט אז מען וועט אויפדעקן דיינע אימעילס...??
א מנהיג איז נישט דער וואס מאכט א פעלדער געזעץ און מען שרייט אני ואפסי און מען נעמט קרעדיט, און נאכדעם מכבד כלל ישראל צו אפווישן דיינע געברויכן...
שקרא לא קאי!
אין די זעלבע צייט איז מען מחויב צו דאנקען קוב"ה, אשרינו שיש לנו רבי כזה!!! א רבי, א מנהיג ישראל!
א מנהיג וואס טוט נישט וואס פאלט אים ביי, טוט נישט וואס ווערט געבעטן דורך די אלע פוחזים וריקים, ער טוט וואס די דעת תורה זאגט!
א מנהיג וואס זאגט נישט קיין געמיינע סטעיטמענטס מיט שקרים!
א מנהיג וואס איז פיו ולבו שווין!
א מנהיג וואס טוט א זאך דורכגעטראכט, נישט ס'זאל שאטן פאר אונזער חינוך בעתיד מיט רעוויוס וכדומה.
א מנהיג וואס איז נישטא צו ווייזן די פויסט פאר די גאווערמענט פשוט לשם ווייזן און נישט אויספאלגן דעם דינא דמלכותא און דערנאך צוריקציען אחרי ככלות הכל.
א מנהיג וואס איז די איינציגסטע וואס גייט מיט א לעגאלע מלחמה קעגן די גזירת השמד וואס די גאווערמענט צילט, מיט'ן גיין אין קאורט קעגן זיי.
א מנהיג וואס טראכט פון א טאג שפעטער און נישט פון חיי שעה!
א מנהיג וואס זאגט נישט קיין ליגענט פאר קהל עדתו אן קיין שום בושה!
א מנהיג וואס ווערט נישט פארלוירן צוליב געלט, און פארנומען מיט "פייפליינ'ס" און קריאת שמות פאר גלילות, וכדומה בשעת אונזער חינוך הדורות ליגט אין א געפאר!
א מנהיג איז נישט ווער עס וויל האבן אלע סידור קידושינ'ס אין שטאט, א מנהיג איז נישט ווער עס איז ערשט צו מאכן אבות ובנים, א מנהיג איז נישט ווער עס שרייט יעדע שבת ראש חודש אתה יצרת.
אשרינו שיש לנו רבי כזה!!!
קוקט זיך כלל ישראל צו ווער עס איז גערעכט געווען און וועמענס דעת תורה "יעדער" הערט למעשה אויס!
רעבע אהרן, עס וועט אייך גארנישט העלפן! איר קענט שוין אויפגעבן אייער צוואנציג יעריגע "רב דכל קצוי תבל" חלומות... אייער קלענערע ברידער איז היינט צו וועם מען ווענדט זיך ווען מען וויל וויסן וואס צו טאן! רבי טייערע, איר האט ווידעראמאל פארלוירן!
איר האט געגעבן א וואך צייט און יעדער ווייסט שוין ווי גערעכט מען איז מיט'ן נעמען דעם זעקסטן פעטוועי און וויפיל מען פארדינט... יעדער איז קלאר אין דעם נושא, יעדער זעהט דיינע מאטיוון און דיינע צילן... איר זענט געבליבן מיט יענקעלע כהן טאנצן והוא שעמדה... און דאס וועט אנהאלטן ביז ער וועט זעהן דעם אימעיל...
האסט זיכער געמיינט אז דער עולם וועט אפקויפן דיינע שקרים? אחוץ ר' ישעי' ווייס מיט ר' חיים פלאהר האט עס קיינער נישט אפגעקויפט….
עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט און דעם דינסטאג האסטו עס אויך איינגעזעהן!!
ברוך שכוונת! מזל טוב! האמת נצח וינצח!