פרייטאג יאנואר 12, 2024 7:40 am#544576
Re: מסע הקודש בני היכלא ד'סקווירא
די איש וביתו ערשיינונג איז טאקע א חידוש אויף סקווירא, א פרומטשיק חסידותכף הקלע #די קעפעלע #ווער איז דאס וואס זינגט? ס'איז הערליך.
נחום הסופר #די איש וביתו ערשיינונג איז טאקע א חידוש אויף סקווירא, א פרומטשיק חסידות
היכי דמי #נחום הסופר #די איש וביתו ערשיינונג איז טאקע א חידוש אויף סקווירא, א פרומטשיק חסידות
די גאנצע לוקסיריעזע רייזע פאר עשירים איז א חידוש אין סקווירא. א פלאץ וואס האט אלע יארן אוועקגעקוקט פון געלט און נאר געווען פארנומען מיט תורה וחסידות.
היינט באקומען דארט עשירים מער כבוד ווי תלמידי חכמים. (אפשר נישט ממש ווייל רוב עשירים אויף די טריפ זענען בני תורה)
די קעפעלע #עס איז די לעצטע פאר יאר. איך מיין נישט אז די נסיעה איז די ערשטע אזא זאך. די לעצטה פאר יאר זענען זיי זייער אריינגעטוהן אין געלט. דאס איז טאקע אריינגערעכענט די פענסי שבע ברכות'ן, וכדומה. עס איז א חסידות וואס אפיציעל ליגט אין תורה און פרומקייט, און די חשובע בן תורה וואס מאכט זיי שטאלץ אין די וועלט און פארט זיך פארהערן ביי גדולי ישראל וועט אין זיין 80 יאר נישט באקומען די כבוד וואס די מגושמדיגע ביזנעסמאן באקומט יעדע צווייטע יאר. (די מערסטע וואס א בן תורה באקומט איז א מזל טוב גריס אין די בחצר הקודש ווען ער פארהערט זיך)היכי דמי #נחום הסופר #די איש וביתו ערשיינונג איז טאקע א חידוש אויף סקווירא, א פרומטשיק חסידות
די גאנצע לוקסיריעזע רייזע פאר עשירים איז א חידוש אין סקווירא. א פלאץ וואס האט אלע יארן אוועקגעקוקט פון געלט און נאר געווען פארנומען מיט תורה וחסידות.
היינט באקומען דארט עשירים מער כבוד ווי תלמידי חכמים. (אפשר נישט ממש ווייל רוב עשירים אויף די טריפ זענען בני תורה)
אינטערסאנט וואס די פארציילסט אז עס איז א חידוש,
ש.ב.פ. ומקורביו פון קופת שקל הקודש אין סקווירא געבען זיך שטארק אפ מיט זייערע עשירים, מעמדים מיט שבע ברכות וכו. געאייגענט פאר די נגידים פאר לאנגע יארן און ביי איינע פון די נסיעות עטליכע יאר צוריק אויף אוקריינע מיטען רבי'ן איז עס אויך געווען ספעציעל צוגעשטעלט פאר עשירים ונדיבי עם (בנוסח חצה"ק ווערן זיי גערופען די אילי הון)