Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נאך א מיינונג #
דא זאגט זי אז די מעשה איז אונטערגעשטעלט דורך די משפחה. אלזא, פארוואס זאלן זיי נישט ליידן פאר זייער אומרעכטן?
זי זאגט אויך אז צייט לויפט אויס. באלד וועט ער זיין א טאטאלע משוגענער, און זי וועט בלייבן אן עגונה לעולם ועד.
איך קען נישט די מעשה דא, אבער איך האב שוין מיטגעהאלטן אסאך פראטעסטן, מיין פראבלעם איז
1) פון ווי נעמט זי די אלע אינפא (נעמען פון די ברודער׳ס וכדו׳)? לכאורה פון די ווייב זייט, מ׳קען נישט באשמיצן מענטשן אן האבן עוועדענס.
2) זי לייגט ארויס א בילד פון די טאטע אויף די ווידיא און זאגט ווי ער ארבעט אבער זי זאגט נישט וואס ער האט געטוהן ראנג (זי באשילדיגט נאר די מאמע און ברודער אבער נישט די טאטע).
3) מ׳מעג נישט מאכן א פראטעסט אקעגן א ביזנעס פארן האבן א ארבעטער וואס האט א קינד וואס געט נישט א גט, שטעלט דיך פאר דיין ארבעט׳סגעבער גייט דיך אנהייבן פארהאלטן אויף זאכן וואס האט גארנישט מיט אים.
4) א טאטע און א מאמע ״טאר נישט ליידן וועגן זייער קינד האט געטוהן עפעס ראנג״ זיי ליידן שוין גענוג, מ׳מעג נישט מאכן א פראטעסט און פראנט פון די טאטע׳ס הויז צו לייגן פרעשער אויף די מאן צו געבן א גט, חוץ אויב זיי טוהן עפעס ראנג, און עס דארף קומען מיט עוועדענס, מאכן א ווידיא און באשמוצן פופצען מענטשן און צוויי מינוט אן קיין עוועדענס איז א עוולה.