דאנערשטאג פעברואר 8, 2024 10:25 am#548783
חרדישע רעגנבויגן געזעהן אין ארץ ישראל
א זעלטענעם סארט קשת - רעגנבויגן איז געזעהן געווארן אין ארץ ישראל.אן קאלירן, ריין ווייס מיט א משהו בלוי אינעווייניג און א משהו רויט פון דרויסן.
אפשר וועל איך האבן מער צייט מסביר זיין די פיזיאלאגישע סיבות פון אזא רעגן-בויגן.
נאטור האט זיך געבראכן פאר דרוק פון חרד'ישע רבנים וועלכע זענען זייער אויסגעשפראכן קעגן דעם מולטי-פארביגער רעגנבויגן, וואס איז אדאפטירט געווארן דורך געוויסע עלעמענטן פון וועלכע מ'קען נאר רעדן אין אחורי, און אויך דורך מונקאטשע חתונה חסידים.
📎 Capture.JPG