Re: די ליובאוויטשע קאנווערטירן צו ציוניזום: רביה"ק מסאטמאר זי"ע דאס פאראויס געזאגט.
תיקון ברענגער #
יא יא. טויזענטער אידן לייגן תפילין יעדן טאג אין זיין זכות, ווען פון די אנדערע זייט האט סאטמאר רב קיין שום חסידות נישט געלערנט זיינע מענטשן נאר טעכנישע זאכן ווי גיין מיט א שטריימל וכד'. און צו אריין ברענגען אין זיינע מענטשן א ווארעמקייט האט ער בסך הכול גענומען ציונית וואס איז א פשוטע הלכה שאלה און אריינגעברענגט די אזוי גערופענע פאלשע קנאות וואס אויף דעם האט גאנץ סאטמאר געברענט. אנשטאטס צו ברענען ביים טוהן א מצוה און אביסל פארשטיין ווער דער אייבישטער איז האט ער געשריגן נשתכח תורת הבעל שם טוב און גענומען ציונית אלס א פלאץ ווי די סאטמארע זאלן אויסגעבן זייער ענערדזשי
1) סאטמאר רב ז"ל האט נישט געשריבן נשתכח "תורת" הבעל שם ער האט געשריבן נשתכח "דרך" הבעל שם.
2) ליובאוויטשער רבי האט טאקע אויפגעטאן אסאך גוטע זאכן.
א יעדע איד אויף די וועלט האט שוין נהנה געווען פון זיינע פעולות, לדוגמא, תפילין, ספרי חב"ד, חב"ד הייזער וכו',
און א יעדע בר דעת איז אים טאקע מכיר טובה דערפאר.
אבער ער איז געווען א שטארקע קאנטריוועסענאלע מענטש.
ער האט אוועקגעשטעלט זיינע שיטות ווי אויך זיין חסידות אויף א גאנץ אנדערע וועג ווי וואס חסידישע אידן זענען געווען געוואוינט און דעריבער איז ער מיט די ליובאוויטש חסידות טאקע געווארן א נייע מציאות אנדערש ווי אלע אנדערע חסידישע הויפן מיט זייערע אדמורי"ם.
3) סאטמאר רב ז"ל האט נאכן קריג אוועקגעשטעלט זיין קהילה פאר א גרויס חלק פון די שארית הפליטה פון די אונגערישע אידן, ער האט שווער געארבעט אז די חלק החיצניות זאל קלאפן, זיינע חסידים זאלן האבן פרנסה, גיין אנגעטאן ווי חסידישע אידן, רעדן אידיש, וכו', ווייל ער איז געגיינגען מיט די מהלך אז די חיצוניות וועט משפיע זיין אויף די פנימיות. ווי אויך האט ער אוועקגעשטעלט ערליכע בעלי־בתים, א חידוש וואס ס'איז נישט געווען אינדערהיים, און גמילות חסדים האט ער אויך דורך געבראכן אין אמעריקע.
4) ליובאוויטשער רבי האט געהאלטן מיט די ציונים און סאטמאר רב איז געווען א קעגן די ציונים, און אט די מחלוקה איז געווען די איינציגסטע זאך וואס האט צוזאמענגעברענגט די צוויי אדמורי"ם ווייל בעצם זענען זיי געווען צוויי אנדערע מינע מענטשן, פון אן אנדערע טייג געקנאטן, אנדערע השגות, זיי האבן ניטאמאל גערעדט די זעלבע שפראך.