Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 81 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #16971
מיטוואך יוני 26, 2024 1:53 pm#566377
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
↑ יא דאס איז מרן הרה"צ יעקב יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א
ער איז ווייט נישט צודרייט [א מענטש מעג מאכן א טעות ווען ער איז פאר'דביקות']

איך בין טאקע נייגעריג,
זיינע חסידים רופן אים די רבי בשעת וואס זיין טאטע איז רבי, האט דאס א סיבה?

איז אמת אז ער קומט זיך נישט אויס מיט זיינע ברידערס?
מיטוואך יוני 26, 2024 1:58 pm#566380
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
↑מיטוואך יוני 26, 2024 1:04 am
↑מיטוואך יוני 26, 2024 1:01 am
↑זונטאג יוני 23, 2024 4:16 pm דער סאמעט איז אייזען!!
די סאמעט ריעקשאן קומט ווארשיינליך פון אנדערע ווידיאוס
יעצט אז איך קוק עס איבער זע איך אז דו ביסט גערעכט.
דעס האט איינער אויף עקס ארויפגעלייגט פאריאר, און איינער מיט א ניק ארי סאמעט האט ריפלייט: disrespectful.
מיטוואך יוני 26, 2024 2:22 pm#566382
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
דעי רבי טריפט אהן טרינקן
ער קען זיצן ביי א פארברענגן פאר שעות מיט א דביקות'דיגן טריפ

ער איז א קליגער, האט וואס צו פארקויפן וכדו'.
ער איז אוואדע אויך מענטש מיט מדות, מעלות וחסרונות (ווי יעדע בשר ודם). אבער כ'גלייב נישט אז ער האט זיך משוגע געמאכט פאר אנטעשן.

ער פארדינט אן אשכול פאר זיך
מאנטאג יולי 08, 2024 11:00 am#567567
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
↑מיטוואך יוני 26, 2024 1:53 pm
↑ יא דאס איז מרן הרה"צ יעקב יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א
ער איז ווייט נישט צודרייט [א מענטש מעג מאכן א טעות ווען ער איז פאר'דביקות']

איך בין טאקע נייגעריג,
זיינע חסידים רופן אים די רבי בשעת וואס זיין טאטע איז רבי, האט דאס א סיבה?

איז אמת אז ער קומט זיך נישט אויס מיט זיינע ברידערס?
זיינע חסידים זענען זיינע אייגענע חסידים או רופן אים רבי

ער קומט זיך זייער פיין אויס מיט זיינע ברודערס
איינע פון זיינע ברודערס האבן א כולל אין א"י און ער מאכט א קאמפיין יעדע יאר פאר קמחה דפסחא
א צווייטע ברודער איז א מוהל און אלע זיינע חסידים ניצען אים
ועוד
מאנטאג יולי 08, 2024 8:26 pm#567632
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
↑מיטוואך יוני 26, 2024 1:06 pm
↑זונטאג יוני 23, 2024 6:41 pm
↑זונטאג יוני 23, 2024 5:17 pm ווער איז דער צודרייטער?
קוקט אויס ווי שנעבאלג, טשערנאוויץ
ער איז ווייט נישט צודרייט [א מענטש מעג מאכן א טעות ווען ער איז פאר'דביקות']
אצינד פארשטיי איך שוין פון וואנעט די ווארט "צודרייט" נעמט זיך... מ'זעהט אזא מענטש וואס דרייט זיך און דרייט זיך אן קיין חשבון איבער די קאנסעקווענצן וואס ער פאראורזאכט אויפ'ן אנדערען זייט גארטל, זאגט מען ער איז "צודרייט" אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט! ער איז ליטערעלי צודרייט ווי א פאדעם (קרעדיט: ישראלי ליפשיטץ)
דינסטאג יולי 09, 2024 7:39 pm#567708
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
↑מיטוואך אפריל 03, 2024 7:35 pm
ספעציעל אויב זי דארף זיך מיטדרייען... און אבאכט געבן נישט צו ווערן פארוויקלט אינעם גארטל, דאן איז עס מורא'דיג דערפרייענד...


פיינעלי האבן די כלה טיטשער'ס אפדעיטעד די קוריקולעם, אז ס'זאל אויך ארייננעמען אינטענסיווע טרענירונג פאר די כלות וויאזוי צו פארמיידן פון ווערן פארוויקלט אינעם גארטל, אזוי ווי מ'זעהט דא האבן זיך די דאזיגע כלות גוט צוגעהערט צו די שיעורים, אויסמיידנדיג פון פארוויקלט ווערן אין ערנסטע גארטלען...




דינסטאג יולי 09, 2024 9:35 pm#567713
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
איך וויל הערן די עכטע מוזיק פון די צווייטע...
מיטוואך יולי 10, 2024 11:24 am#567743
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
↑דינסטאג יולי 09, 2024 9:35 pm איך וויל הערן די עכטע מוזיק פון די צווייטע...
זעלבע ווי די ערשטע
מאנטאג יולי 15, 2024 1:23 pm#568091
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
אט איז א קלאסישע ביישפיל פון "חרד'ישע הומאר"

דער א. ג. נישט היימישער רעדנער האט זיך פאררעדט ביים סאטמאר'ן סיום און רח"ל דערמאנט דעם טרייפענעם ווארט "דף היומי"...

קוק ווי דער גאנצער עולם - רבנן ותלמידיהון קאטשקען זיך פאר געלעכטער - אינדערצייט וואס איך מוטשע זיך צו פארשטיין וואס איז דא צו לאכן?

מיטוואך יולי 17, 2024 5:36 pm#568276
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
איך האב אמאל געלערנט מיט א ספרד'ישן איד, וואס האט שוואך געקענט רעדן אידיש, א בלאט גמרא (נישט דף היומי) אין איינס פון די סאטמאר'ע בתי מדרשים אין בארא פארק. איך האב איהם מסביר געווען די פשט אין די גמ' אויף עברית, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. ער האט זיך זייער שטארק געשעמט אז ער לערנט אויף די שפה הטמאה. האב איך איהם געזאגט אז ער שפירט זיך ווי די אנוסים אין שפאניע.

שפעטער. נאך מעריב הער איך ווי 2 אידן שמועסן. איינער זאגט פאר'ן צווייטן..."ס'איז נאך ערגער ווי לערנען דף היומי"...האב איך איהם געפרעגט צי ער מיינט עס ערנסט. כ'בין געווען זיכער אז ער מאכט א דזשאוק. האט ער געזאגט מיט'ן גאנצן ערנסטקייט, יא.

ס'הייסט. לערנען דף היומי איז א גרויסע עבירה. נאר לערנען אויף עברית איז א סאך ערגער...לאל.
דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:56 pm#568296
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
דף היומי וואלט נאך גוט געוועהן
דער פראבלעם איז אז עס איז נאר א דף השעה.....
זונטאג יולי 21, 2024 10:38 am#568370
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
↑מאנטאג יולי 15, 2024 1:23 pm אט איז א קלאסישע ביישפיל פון "חרד'ישע הומאר"

דער א. ג. נישט היימישער רעדנער האט זיך פאררעדט ביים סאטמאר'ן סיום און רח"ל דערמאנט דעם טרייפענעם ווארט "דף היומי"...

קוק ווי דער גאנצער עולם - רבנן ותלמידיהון קאטשקען זיך פאר געלעכטער - אינדערצייט וואס איך מוטשע זיך צו פארשטיין וואס איז דא צו לאכן?

לאמיר דיר מסביר'ן, הגם א זשאוק וואס מ'איז מסביר איז מער נישט פאני

מ'לאכט נישט ווייל ער האט געזאגט דף היומי, מ'שמייכלט זיך אונטער ווען ער זאגט עפעס וואס איז נישט אין פלאץ, דאן ווען איינער פרובירט אים צו פארעכטן פרעגט ער מיט אזא תמימות, און ער פארווישט עס, דאס איז לאכעדיג, ס'איז היבש א קאמישע סצענע.

מר' ביען'ס קאמעדיע פארשטייסטו יא? ארי סאמעט'ס ווידיאוס פארשטייסטו יא? אדער דארט מוטשעסטו זיך אויך?