↑דינסטאג יולי 02, 2024 7:40 pm
אסך האבן שוין אויסגעלויבט דאס ביכל אז ס׳האט זיי א געוואלד ארויסגעהאלפן מיט גאר גוטע social skills
אויב דו ארבעטסט מיט מענטשן (נישט סתם פאר זיך אויף עמעזאן) דעמאלס קען דאס בוך לכאורה טוישן דיין טאג כרחוק מזרח ממערב - ווייל ס׳געט פראקטישע איידיעס:
די איינציגסטע פראבלעם וואס איך האב מיט די ביכל איז אז לעבן - ובפרט social life - קען נישט בשום אופן ווערן רעדוצירט צו א 'פראקטישע גייד-מעניועל'... עס איז אסאך מער נואנסד און רייכער ווי דעם!
ובכלל גייט ער צו צו רעלעישאנשיפס זייער עקאנאמיש (קאסט-בענעפיט) און סעלף-צענטער'ד, וואס פסיכאלאגיש גערעדט איז עס די ערשטע killer צו רילעישאנשיפס.
in other words: I totally disagree with his approach and perspective.
The girl with the green sweater.
אן אינטערסאנטע פארציילונג איבער א משפחה + וואס האט זיך אויפגעהאלטן אין די סוער סיסטעם דורך אויס די ימי השואה.
איין קליינע דעטאל וטאס האט מיך שטארק געכאפט, איז אז אפילו דארט אין די טונקעלסטע מצבים פון זייער לעבן, האבן זיי זיך נאך אלץ געקריגט און געפייט צווישן זיך.
The girl with the green sweater.
אן אינטערסאנטע פארציילונג איבער א משפחה + וואס האט זיך אויפגעהאלטן אין די סוער סיסטעם דורך אויס די ימי השואה.
איין קליינע דעטאל וטאס האט מיך שטארק געכאפט, איז אז אפילו דארט אין די טונקעלסטע מצבים פון זייער לעבן, האבן זיי זיך נאך אלץ געקריגט און געפייט צווישן זיך.
איך מיין אז דוקא אין מיזערעבל צייטן איז שווערער צו זיין גוטהארציג, ווען די מצב איז ביטער ווי גאַל, און מ׳איז אנגעפולט מיט ביטערניש, וויאזוי קען מען געבן זיסקייט וואס מ׳האט נישט? לענ״ד נעמט עס א געהויבענער מענטש - צו האלטן דעם גלייכגעוויכט אין אזא צייט און אנהאלטן אין איידעלע מדות מיט אנדערע. גוטהארציגערהייט, איז אסך גרינגער זיך אויפצופירן, ווען מ׳האט עפעס גוטס אין לעבן - האט מען פון וואס צו אפפערן.
(מ׳זעהט עס טאגטעגליך ביי אלגעמיינע מענטשן וואס ווען די טאג גייט מיט׳ן פיטם אראפ, ווערן זיי גרינגער אויפגערעגט און רעדן נישט אזוי גוטהארציג צו זייערע נאנטע - קל וחומר אויב זיי וואלטן געווען אין א לעבנסגעפערליכע צושטאנד). חוץ אויב איינער איז א צדיק פון א איד אן אמת׳ער אויסגעארבעטער בעל מדות וועט ער נאך אלס אכטונג געבן זיך צו פירן גוט צו אנדערע אפילו אין ביטערע אומשטענדן