Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?
kolal1 #
זיין חידוש פון שלום איז, אז ער לאזט זיך אראפ ביז די גרעסטע שטות וואס קען נאר איינפאלן פאר א ישיבה קטנה חסיד צו טון און שטעלט עס גלייך אפ, ממש פארקערט ווי די גאנצע וועלט,
די מאנסי חסידים דרייען זיך מיט פיל אזעלכע מעשיות וואס ר' ישראל האט אריינגערופן בחורים און יונגעלייט טאמער ער האט געטראכט אז זיי שטייען א צווייטן אין וועג,
די דרשה וואס דו ברענגסט פון די פארענטשעס איז נאר א משל וואס דו זעסט נישט קיין איין רבי אדרעסירן די נושאים אזוי קלאר, אויב עפעס נאר פארקערט וד"ל.
די ברודערס לעבן זיך באמת בשלום, די חסידים וואלטן שוין געקענט באשטיין אז ס’זאל ווערן א שטיקל מחלוקה’לע אז מ’זאל זיך קענען געהעריג בויען יעדער פאר זיך, נישט זיין איין גרויסע קליניק וואס יעדן טאג איז א צווייטער אן קאל...
בנוגע וואס מאנסי רבי האט געזאגט אז מ’זאל נישט טשעפענען ווער ס’פארט אוועק, דאס גופא איז געווען די גרעסטע דזשאוק, כאילו איינעם העכער 13 איז איינגעפאלן צו טשעפען איינעם פאר אוועקפארן, יעדער ווייסט אז ווער ס’בלייבט אויפן פלאץ איז נאר ווייל שב ואל תעשה איז גרינגער, דאס זאגן אז מ’זאל נישט טשעפענען איז געווען אזא בחינה אז מ’זאל פארשטיין אז באמת וואלט געווען א הוא אמינא צו טשעפענען...
די גאנצע אבסעסיע פון שלום וואס מאנסי איז פארנומען מיט יעדע קליינע שטות איז די זעלבע קינדערישע מהלך המחשבה אז עכט וואלט זיך יעדער געדארפט אננעמען פאר מיר נאר איך בין מעביר על מדותיו, לאמיר זען אז ער זאל לאזן גיין אויף שמחות און נישט בלאזן אויף יעדעם וואס קומט איהם פרעגן (דאס איז א טפשות פאר זיך, וואס פרעגסטו?) צו מ’מעג פארן אויף ר”ה ערגעץ אנדערש וכו’,
מ’וואלט שוין געמעגט עפענען א באזונדערע אשכול דורכצוטון די סוגיא פון וויזשניץ מאנסי, נישט דארפן אריינשמוגלען אין אנדערע אשכולות...