דינסטאג מאי 14, 2024 10:21 pm#562260
Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל
אייניקל: ייש"כ. ס'איז אויך דא א מאמר חז"ל..."אין ארץ ישראל נקנית אלא ביסורים"...!וואס טוען די אלע אידן וועלכע זאגן ..."פארשאלטענע מדינה/ טמא'נע מדינה"... מיט דעם מאמר חז"ל?!
berlbalaguleh #ס'איז דא פארשידענע אפציעס:וואס טוען די אלע אידן וועלכע זאגן ..."פארשאלטענע מדינה/ טמא'נע מדינה"... מיט דעם מאמר חז"ל?!
צוויי #קהל'ס נער #1.
ה׳ אייר איז מען באפרייט געווארען פון די בריטישע, און געווארען אליינס א מדינה, דוגמת יציאת מצרים.
וועסטו וועלן מיינען גלייך אויף גלייך, ניין זאג איך דיר
2.
ה׳ אייר נאכן ליינען די מגילת העצמאות איז מען געווארען אנערקענט דורך די וועלט אלץ א מדינה, א מדינה וואס קיינער אנערקענט נישט איז נישט ציפיל ווערט,דוגמת עזה.
יא יא אן א.ג. מדינה וואס די די וועלט האט די מערסטע אין די וועלט נייעס....
3.
ה׳ אייר איז א טאג פון רווח והצלה יעמוד ליהודים ממקום אחר, אז עני איד פון די גאנצע וועלט זאל האבן א פלאץ צו אנטלויפן, אין פאל פון אנטעסעמיטיזם.
זאג עס נאכאמאל, מ'זאל קענען אנטלויפן צו וואו? צו די כמעט אומפארזיכערסטע מדינה, ווי ס'איז דא כסדרדיגע סכנות פון די שכנים, און פאר ערליכע אידן פון די מדינה אליינס...
4.
ה׳ אייר איז א טאג פון אויסרופן ״ניין צו כצאן לטבח״
מיר בעטן 'נאר' פון 'השי"ת' 'נקום לעינינו'
5.
ה׳ אייר איז א טאג פון הן עם לבדד ישכון, און מיר וועלן זיך מער נישט פארלאזן אויף די גוי׳אישע שכנים.
ובגוים לא יתחשב... לאמיר זעהן ווער איז מער אפגעשיידט פון די תהלכות און לעבנסטייגער פון די גוים עמי הארץ?
6.
ה׳ אייר איז די התחלת הניצחון פון מלחמת העצמאות וואס איז געוועהן רבים ביד מעטים, זעקס הונדרעט טויזענט אידן האבן געוואונען אפאר מיליאן אראבערס.
עשרים לעומר א טאג פון צער השכינה, נצחו עצת היצר עם הנסיון של רשע וטוב לו, מעכב הגאולה שלמה בב"א
אשרי העם #😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂ימ״ש די ציונים
ווען נישט זיי וואלט שוין משיח שוין לאנג דא געוועזן אין א״י וואלט באלאנגט פאר יר״ש און די שכונה הקדושה וואלט גערוהט דא בארה״ק,
צינוזים מיט זייער רעגירונג איז ליידער א קליפה וואס איז מעקב ביאת משיח ווי ברייט באקאנט
אשרי העם #פארוואס איז משיח נישט געקומען פאר די ציונים האבן זיך אנגערוקט?ימ״ש די ציונים
ווען נישט זיי וואלט שוין משיח שוין לאנג דא געוועזן אין א״י וואלט באלאנגט פאר יר״ש און די שכונה הקדושה וואלט גערוהט דא בארה״ק,
צינוזים מיט זייער רעגירונג איז ליידער א קליפה וואס איז מעקב ביאת משיח ווי ברייט באקאנט
אשרי העם #דארט אין ויואל משה, מאמר לשון הקודש, שרייבט דאך די רבי קעגן לערנען די שפראך לשון קודש, סא וואס ווילסטו .....https://www.mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/vayoel_moshe.pdf
https://mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/al-hagileh.pdf
א שאד די עמי הארצים דא קענען נישט ליינען לשון הקודש און לערנען אביסל ווען יא וואלט יעדער גערעדט דא די זעלבע שפראך ווי מיר
אשרי העם #אפגעשאלטן און אנטלאפן.ימ״ש די ציונים
ווען נישט זיי וואלט שוין משיח שוין לאנג דא געוועזן אין א״י וואלט באלאנגט פאר יר״ש און די שכונה הקדושה וואלט גערוהט דא בארה״ק,
צינוזים מיט זייער רעגירונג איז ליידער א קליפה וואס איז מעקב ביאת משיח ווי ברייט באקאנט
עמרם #דא איז לעצטנס ארויסגעקומען א ספר (פאר די וואס ליינען יא לשון הקודש) וואס גייט אדורך אלע שוועריקייטן אין ויואל משה ושיטתואשרי העם #שוין דא א אשכול דא אין ק''ש, ווי רעדט ארום דעם ספר, און מ'ברענגט אלע שוועריקייטן אויף דעם, ס'איז גארנישט אזוי פשוט צו זאגן אז נאכן לערנען קומט מען צו צי זיינע מסקנותא שאד די עמי הארצים דא קענען נישט ליינען לשון הקודש און לערנען אביסל ווען יא וואלט יעדער גערעדט דא די זעלבע שפראך ווי מיר
אייניקעל #היימלינד #ה' אייר איז ארץ ישראל צוריק געקומען אונטער די הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל. לעגאל אפשר, במציאות האט מען געוואונען - הסכם שלום ערשט שפעטער, אויב גייט מען פון אנהייב מלחמה איז עס שוין געווען פריערביטע דורך ליינען די גאנצע פארן מגיב זיין, תודה.
איך פראביר צו פארשטיין די משמעות פון די טאג פון א אידישע פרעספעקטיוו, די סעקולארע איז פשוט וועגען לאומיות, נאר מיט א לאנד זענען מיר א פאלק וכו', אבער וואס איז פשט אז רעליגיעזער אידן האבן זיך אזוי געפרייט אין דעם טאג, מה יום מיומיים?
די עיקר מצוה פון יישוב הארץ איז אז דאס לאנד זאל זיין אונטער דעם הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל. ווי שטייט ? כיבוש און ישוב איז צוויי אנדערע מצוות, ישוב איז יעדער מודה, כיבוש בזמה"ז איז נאר לשיטת הרמב"ן מה"ת וע"ע באבני נזר אבער עכ"פ זעהט מען אז ס'איז צוויי אנדערע מצוות
איך זעה יעצט אז איר האט געצייכענט די רמב"ן
די מצוה פאר יעדן יחיד צו וואוינען אין ארץ ישראל איז שוין אן ענף א פרט פון דער אלגעמיינער מצוה וואס איז געלייגט אויף עם ישראל. מהיכא תיתי? לענ"ד איז עס א מצווה אויף יעדעם עקסטער
דאס איז אויך די עיקר שמחה פון חנוכה ווי דער רמב"ם דריקט זיך אויס א הלכות מגילה וחנוכה פרק ו'
"וחזרה מלכות לישראל יתר על מאתים שנים, עד החורבן השני"
דאס האב איך שוין געברענגט פריער פון שו"ת קול מבשר, יביע אומר ועוד לינקים
דאס וואס עס שטייט (במדבר לג, נג): "וְהוֹרַשְׁתֶּם אֶת הָאָרֶץ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ, כִּי לָכֶם נָתַתִּי אֶת הָאָרֶץ לָרֶשֶׁת אֹתָהּ". 'הורשתם' מיינט אייננעמען און הערשאפט כיבוש וריבונות, 'וישבתם' מיינט צו באזעצן דאס לאנד עס זאל נישט זיין וויסט. אזוי שטייט אויך (דברים יא, לא): "וִירִשְׁתֶּם אֹתָהּ וִישַׁבְתֶּם בָּהּ". דער רמב"ן טוט אנווייזן די עיקר מצווה מיט די פאלגענדע ווערטער: "נצטווינו לרשת את הארץ אשר נתן האל יתעלה לאבותינו לאברהם ליצחק וליעקב, ולא נעזבנה ביד זולתנו מן האומות או לשממה" (הוספותיו למצוות עשה ד).
קומט אויס אז די מינוט וואס דאס לאנד איז צוריק אונטער אונזער הערשאפט האבן מיר מקיים געווען ולא נעזבנה ביד זולתינו.
היינו טעמא דהלל בחנוכה והיינו טעמא דהלל ביום העצמאות.
ענליך זעהט מען לגבי די הלכה פון רייסן קריעה ווען מען זעהט די ערי יהודה "בחורבנן" שולחן ערוך או"ח תקס"א, איז דוקא ווען די גוים געוועלטיגן אפילו יודן וואוינען דארטן, עיין מגן אברהם און משנה ברורה דארט.
עמרם #שוין דא א אשכול דא אין ק''ש ווי מ'רעדט ארום דעם ספר, און מ'ברענגט אלע שוועריקייטן אויף דעם, ס'איז גארנישט אזוי פשוט צו זאגן אז נאכן לערנען קומט מען צו צי זיינע מסקנות
(פארשטייט זיך אז אויב מ'לערנט עס, באופן אז וואס ס'שטייט איז אזוי, אפגעזעהן צו מ'פארשטייט צו נישט, קריגט מען זיך נישט, אבער אויב לערענט מען עס מיט א דרויסענדיגע בליק, איז זעלטן אז מ'זאל מסכים זיין אינגאנצן מיט אים)
שאלתיאל #מסתמא קען אמעריקא אויך נישט בייקימען אל-קייאידא וואס האט באוויזן אראפצוווארפן די צווילינג געביידעס, און אין פאל אל-קייאידא גייט באשליסן צו דורכפירן א פעלקער מארד אין אמעריקא קעגן די אינפידעלס, גייט אמעריקע זיך נישט קענען קעגנשטעלן...@אייניקעל אויב די מעכטיגע מדינה האט נישט געקענט אפהיטן אירע אייגענע גרעניצן און אפהאלטן א באנדע פרימיטיווע באבערדלטע איסלאמיסטן וואס לעבן בשכנות אונטער איר נאז פון צו דורכפירן א שעות-לאנגע פאגראם אינערהאלב מד"י באין מפריע בין איך גארנישט זיכער צו זיי וואלטן באמת געקענט אויסגעמאכן עפעס ביים שואה
עמרם #רוב סאטמאר'ע וואס איך האב געטראפן האבן נישט קיין אנוג וואס שטייט אין ויואל משה אבער זיי ווייסן צו זאגן אז קיינער האט עס נאכנישט אפגעפרעגט....אשרי העם #דארט אין ויואל משה, מאמר לשון הקודש, שרייבט דאך די רבי קעגן לערנען די שפראך לשון קודש, סא וואס ווילסטו .....https://www.mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/vayoel_moshe.pdf
https://mysatmar.com/docs/shite_hakdoshe/al-hagileh.pdf
א שאד די עמי הארצים דא קענען נישט ליינען לשון הקודש און לערנען אביסל ווען יא וואלט יעדער גערעדט דא די זעלבע שפראך ווי מיר
לגופא של ענין, ס'איז מן הסתם נאכנישט דא קיין איד וואס איז נישט קיין סאטמארער, און האט נאכן לערנען די ספר ויואל משה, מסכים געווען מיטן רבי'ן
איך האב שוין געלערנט א חלק סיי ויואל משה און סיי על הגאולה, די רבי בויעט אזעלכע בנינים, אז ס'איז זייער שווער אנצונעמען אז ס'איז טאקע אזוי
אזוי ווי ר' משה פיינשטיין ז''ל האט געזאגט "איך האב דארעך געלערנט דעם גאנצן ספר ויואל משה, ס'איז א ספר מלא סברות, יעדע סברא האט א סברא פארקערט"
שוין דא א אשכול דא אין ק''ש, ווי רעדט ארום דעם ספר, און מ'ברענגט אלע שוועריקייטן אויף דעם, ס'איז גארנישט אזוי פשוט צו זאגן אז נאכן לערנען קומט מען צו צי זיינע מסקנות
(פארשטייט זיך אז אויב מ'לערנט עס, באופן אז וואס ס'שטייט איז אזוי, אפגעזעהן צו מ'פארשטייט צו נישט, קריגט מען זיך נישט, אבער אויב לערענט מען עס מיט א דרויסענדיגע בליק, איז זעלטן אז מ'זאל מסכים זיין אינגאנצן מיט אים)
שפילער #Link צו דעם אשכול?
ים רויבער #שאלתיאל #@אייניקעל אויב די מעכטיגע מדינה האט נישט געקענט אפהיטן אירע אייגענע גרעניצן און אפהאלטן א באנדע פרימיטיווע באבערדלטע איסלאמיסטן וואס לעבן בשכנות אונטער איר נאז פון צו דורכפירן א שעות-לאנגע פאגראם אינערהאלב מד"י באין מפריע בין איך גארנישט זיכער צו זיי וואלטן באמת געקענט אויסגעמאכן עפעס ביים שואה
מסתמא קען אמעריקא אויך נישט בייקימען אל-קייאידא וואס האט באוויזן אראפצוווארפן די צווילינג געביידעס, און אין פאל אל-קייאידא גייט באשליסן צו דורכפירן א פעלקער מארד אין אמעריקא קעגן די אינפידעלס, גייט אמעריקע זיך נישט קענען קעגנשטעלן...
ים רויבער #שאלתיאל #@אייניקעל אויב די מעכטיגע מדינה האט נישט געקענט אפהיטן אירע אייגענע גרעניצן און אפהאלטן א באנדע פרימיטיווע באבערדלטע איסלאמיסטן וואס לעבן בשכנות אונטער איר נאז פון צו דורכפירן א שעות-לאנגע פאגראם אינערהאלב מד"י באין מפריע בין איך גארנישט זיכער צו זיי וואלטן באמת געקענט אויסגעמאכן עפעס ביים שואה
מסתמא קען אמעריקא אויך נישט בייקימען אל-קייאידא וואס האט באוויזן אראפצוווארפן די צווילינג געביידעס, און אין פאל אל-קייאידא גייט באשליסן צו דורכפירן א פעלקער מארד אין אמעריקא קעגן די אינפידעלס, גייט אמעריקע זיך נישט קענען קעגנשטעלן...
שאלתיאל #לזכות ישראל, ווען על קאידא וואלט געווען אין מעקסיקא וואלט געווען אסאך מער פאליטעטען ה"י
לזכות אמעריקע קען מען זאגן אז היידזשעקן פליגערס איז געווען א רעלאטיוו נייע טעראר מיטל אין יענער צייט און ס'נישט געווען קיין עווערנעס צו דעם. אויך אז זייט דעמאלט האט אמעריקע נישט בייגעוואונט נאך אן ערנסטע טעראר אטאקע און האבן מער ווייניגער אפגעווישט על קאידא פון מאפע (אזוי אויך מיט ISIS)
אייניקעל #זאגסט זייער שיינע תורות אבער דאס האט נישט דייקא מיט ה' אייר וכמו שכתבתי, און בפרט די יאר ווען ס'איז א נדחה איז אין מיינע אויגן די גאנצע זאך א ליצנות, אויב איז טאקע ה' אייר א יו"ט פון א הלכה'דיגע שטאנדפונקט ווער האט די סמכות צו טוישען די טאג?מיט דער גרינדונג פון מדינת ישראל בעזר הוי"ה ברוך הוא, האט מען אנגעפאנגן אראפצונעמען די חרפה פון גלות פונעם יודישען פאלק. דורות אויף דורות זענען מיר ארומגעפלויגן אין גלות, מיר זענען דורכגעגאנגען שרעקליכע השפלות גנבות און רציחות. יודיש בלוט איז געווען ביליג און אבסאלוט הפקר, מען האט אונז באטראכט אלס שאף עוועלעיבל פאר דער שחיטה פאר וועם נאר אימער ס'האט זיך פארגלוסט אונז צו פירן צום שלאכט הויז, צו ווערן דערהרגעט און פארלוירן צו שאנד און שפאט. פֿרעמדע האָבן אונז געזאָגט, מע עטץ האָסט נישט מער קיין האָפענונג. עס איז געווען אַ סיטואַציע פון א שרעקליכע חילול השם איום ונורא.
איך בין ממליץ אדורכצולערנען יחזקאל פרק ל"ו צו פארשטיין וואס די חילול השם איז.
יא די נביאים האבן טאקע פאראויסגעזאגט אז עם ישראל וועט זיך נאך איין טאג צוריקקערן צו אונזער היימלאנד אבער נאכדעם וואס אזויפיל יארן זענען פארביי, און השי"ת'ס דיבור איז נישט מקוים געווארן, האט זיך געמערט די שוידערליכע חילול השם אין דער וועלט, און די שונאי ישראל האבן שוין געהוליעט מיט די מחשבה אז די טשאנס פאר עם ישראל זיך אומקערן צו זייער היימלאנד איז פארלוירן געווארן.
און דאָ איז געשען דער נס, דאָס דיבור פון השי"ת האט זיך אנגעהויבן מגשם זיין דורך דעם וואס מדינת ישראל איז אויפגעשטאנען. די קידוש השם איז געווען הילכיג און מעכטיג.
פארשטייט זיך אז מיר זענען נאך גאנץ אפגעריקט פונעם תיקון השלם, מיליאנען יודן וואוינען נאך אין גלות, און די מצב אין אונזער היימלאנד איז נאך ווייט פון פערפעקט, אבער די ריבונות פון ה' אייר האט אנגעהויבן א פראצעס פון קיבוץ גלויות, כידוע איז איינע פון די שטערקסטע יסודות אין די מגילת העצמאות די סעיף אז דאס לאנד איז אפען פאר איעדע יוד. און פון דעם טאג און ווייטער איז א יוד מער נישט היימלאז. - טויזענטער יודן פון די קעמפס אין די פארשאלטענע אייראפע וואס קיין שום לאנד האט זיי נישט געוואלט געבן קיין איינטריט, האבן זיך אין דעם טאג פלוצלינג געטראפן אנגענומען און וועלקאמט, חז"ל שרייבן: גדול קיבוץ הגלויות כיום שבו נבראו שמים וארץ" (פסחים פח, א), נעמט דאס טיעף אריין!!!
פעסט-פארוואט 76 יאר שפעטער און אין ארץ ישראל וואס איז דעמאלטס באשטאנען פון קנאפע 600 טויזענט יודן איינוואוינער, באשטייט היינט צוטאגס פון איבער זעקס מיליאן יודן כן ירבו וכן יוסיף, אזש רוב יודן פונעם כדור הארץ פון אלע עקן וועלט, פון אלע קהילות די בכל אתר ואתר וואוינען שוין היינט אין ארץ ישראל - אזש ס'איז שוין היינט א גאנצע געטועכץ אין די בתי מדרשים לגבי די הלכות פון "רוב ישראל על אדמתן" צו מען האלט שוין דארט יעצט אדער גאר בקרוב.
פרעגט נאך א איש ישראל פארוואס מען פרייד זיך ביום זה???
איז דען דא א גרעסערע שמחה????
ווער עס קען אביסל יודישע קורות הדורות ווייסט מיט אן אמת אז קיין שום יום טוב אין עם ישראל'ס היסטאריע איז נישט געווען קיין מצב פון תיקון השלם, ווען יא וואלט עס געבליבן אזוי לנצח
פסח ווען מען איז געווארן באפרייט איז געווען ווייט פון פערפעקט
פורים ווען מען איז געווארן באפרייט איז געווען ווייט פון פערפעקט
חנוכה ווען מען איז געווארן באפרייט איז געווען ווייט פון פערפעקט
וכן הלאה
חז"ל זאגן אונז קלאר אז די גאולה גייט פאוואליע (ירושלמי ברכות פ"א ה"א): "כך היא גאולתם של ישראל, בתחילה קמעא קמעא, כל מה שהיא הולכת, היא רבה והולכת". צוביסלעך צוביסלעך מיט סבלנות, פונקט ווי די נאכט ווערט נישט ליכטיג פון איין רגע צום אנדערן. - די נביאים זענען אנגעפילט מיט די געדאנק אז די גאולה נעמט צייט און אז א פראצעס וואס גייט שטערקער און שטערקער, עיין לדוגמא ישעי' ס"ו ז' וגם מיכה ד' ח' מיטן פירוש פונעם מלבי"ם ועוד אן א צאל פסוקים און חז"ל'ס.
berlbalaguleh #אין ביידע פעלער, סיי ביי אמעריקע'ס 9/11 און סיי ביי דעם איבערפאל פון די מערדערליכע אראבערס אויף א"י אום שמחת תורה איז עס (טיילווייז) געקומען ווייל דער שונא האט געוואוסט אז די מענטשן וועלכע דארפן אפהיטן די זיכערקייט פונ'ם לאנד טוען נישט זייער ארבעט, און זענען פארנומען מיט נארישקייטן און אומ-וויכטיגע זאכן.
אין אמעריקע'ס פאל איז עס געוען אז גאנץ אמעריקע איז געווען פארנימען מיט די שטותים פון ביל קלינטאנ'ס שמוציגע און סקאנדאליעזע אויפפיהרונג. מ'האט אפילו אדורכגעפיהרט אן אימפיעטשמענט פראצעס אין סענאט. דער שונא האט געוואוסט פון דעם, און ער האט געשפירט אז איצט איז די ריכטיגע צייט צו אטאקירן.
ביי ארץ ישראל איז געווען די זעלבע. זייט די לעצטע בחירות און דער פאקט אז די רעכטע פארטייען זענען אריינגעקומען שטארק אין די קאאליציע, און זיי האבן געוואלט אביסל אראפקלאפן די איבערגעטריבענע מאכט וואס דער (עפ"ל, שר"י וכו') בג"ץ האט, זענען די פרייע און פארדארבענע חברה ארויס פון די כלים, זיי האבן געהאלטן אין איין מאכן ריזיגע דעמאנסטראציעס, און זיי האבן צושטערט דעם סדר אין לאנד. ס'איז געקומען צו אזא מצב אז אפילו די מענטשן אין מיליטער האבן אפן דערקלערט אז זיי גייען נישט אויספאלגן באפעלן. דער שונא (מסתמא מיט די הילף פון איראנישע שפיאנאזש) האט געוויסט פון דעם, און ער האט געהאלטן אז דאס איז די ריכטיגע צייט צו אטאקירן.
נאכדעם איז דא נאך א לעוול. ווי ס'שטייט אין פסוק אין תהלים... "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר"... ספעציעל ביי אידן. דארף מען מתפלל זיין אז דער אייבישטער זאל אפהיטן די אידישע קינדער.
אייניקעל #"לינקע פראגרעסיווע חשבונות" ?שאלתיאל #נישט נאר האבן זיי געקענט, נאר זיי זענען גאר געווען די וואס האבן במשך די לעצטע 19 יאר זייט גירוש גוש קטיף מטפח און מגדל געווען חאמאס.@אייניקעל אויב די מעכטיגע מדינה האט נישט געקענט אפהיטן אירע אייגענע גרעניצן און אפהאלטן א באנדע פרימיטיווע באבערדלטע איסלאמיסטן וואס לעבן בשכנות אונטער איר נאז פון צו דורכפירן א שעות-לאנגע פאגראם אינערהאלב מד"י באין מפריע בין איך גארנישט זיכער צו זיי וואלטן באמת געקענט אויסגעמאכן עפעס ביים שואה
זיי האבן זיי געשטיצט און באגאסן מיט געלט פאר אלע זייערע פארשטינקענע לינקע פראגרעסיווע חשבונות.
זיי האבן פיין געזעהן וואס קומט, נאר די קראנקייט פון מיר וועלן זיך לעקן צו זיי און אזוי וועט זיין שלום,
היימלינד #זאגסט זייער שיינע תורות אבער דאס האט נישט דייקא מיט ה' אייר וכמו שכתבתי, און בפרט די יאר ווען ס'איז א נדחה איז אין מיינע אויגן די גאנצע זאך א ליצנות, אויב איז טאקע ה' אייר א יו"ט פון א הלכה'דיגע שטאנדפונקט ווער האט די סמכות צו טוישען די טאג?
היימלינד #וואס הייסט לעגאל אפשר? לעגאל זיכער!ה' אייר איז ארץ ישראל צוריק געקומען אונטער די הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל. לעגאל אפשר, במציאות האט מען געוואונען - הסכם שלום ערשט שפעטער, אויב גייט מען פון אנהייב מלחמה איז עס שוין געווען פריער
אייניקעל #איך פארשטיי נישט פארוואס איך דארף מיך איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל, איך האב כעבעטען נאר צו מגיב זיין נאכן דורך ליינען אלעס וואס איך האב געשריבען.היימלינד #וואס הייסט לעגאל אפשר? לעגאל זיכער!ה' אייר איז ארץ ישראל צוריק געקומען אונטער די הערשאפט-ריבונות פון עם ישראל. לעגאל אפשר, במציאות האט מען געוואונען - הסכם שלום ערשט שפעטער, אויב גייט מען פון אנהייב מלחמה איז עס שוין געווען פריער
ה' אייר ולמספרם מאי דער פערצענטער איז די טאג וואס מאכט ישראל אלץ א לעגאלע לאנד וואס באלאנגט פאר יודן ס'האט אלעמאל געהערט פאר כלל ישראל, אידישקייט איז נישט געבוירען געווארען 1948, אנלעס דו רעדטס פון אונזער 1948 לבריאה וואס דאס איז שנת לידת אברהם אבינו
פונקט ווי להבדיל י"ז בתמוז תקל"ו יולי דער פערטער 1776 איז די טאג וואס מאכט ארה"ב אלץ א לעגאלע לאנד דאס איז נאכן געווינען די ענגלענדער, אזוי מיין איך
דעקלאראציע פון זעלבסשטענדיקייט מאכט א לאנד לעגאל איבערהויפט ווען אנדערע וועלטס לענדער נעמען עס אן דערנאך
עיין פה: https://www.britannica.com/topic/international-law/The-responsibility-of-states
דא האסטו א לענגערע ליסטע פון נאציאנאלע זעלבסשטענדיקייט טעג
היימלינד #ס'האט אלעמאל געהערט פאר כלל ישראל, אידישקייט איז נישט געבוירען געווארען 1948, אנלעס דו רעדסט פון אונזער 1948 לבריאה וואס דאס איז שנת לידת אברהם אבינו
דאס איז נאכן געווינען די ענגלענדער, אזוי מיין איך
אייניקעל #ביבי איז א מין געמישעכץ פון רעכטס און לינקס ווי א געדרייטע הבדלה.
אבער למעשה די בטחון ליגט ביי די האנט פון די וואס פירן די ארמיי שב"כ שר הבטחון וכו', די אלע פארמען זענען שטארק נישט אין ביבי'ס האנט ואכמ"ל.
אבער למעשה די בטחון ליגט ביי די האנט פון די וואס פירן די ארמיי שב"כ שר הבטחון וכו'. די אלע פארמען זענען שטארק נישט אין ביבי'ס האנט ואכמ"ל
berlbalaguleh #צו וואס איז דאס א ראיה? ווי כאפט א נפקותא אין הלכה צווישן א "גלות רעגירונג" אין א "גאולה רעגירונג"? ווי ווילסטו צוקומען מיט די ראיה?דער סאטמער'ע רבי זי"ע ברענגט אין ספר על הגאולה ועל התמורה נאך א ראיה אז די היינטיגע רעגירונג אין מדינת ישראל איז נאכאלץ א גלות רעגירונג. אונז זעמיר נאך פאקטיש אין גלות.
ווייל אין די תורה שטייט א מצוה אז מ'דארף אויסרייסן אלע עבודה זרות פון ארץ ישראל. נו, זאלל די רעגירונג (אפילו אויב זיי ווילן) פרובירן אויסרייסן די אלע קריסטליכע און מוסולמענישע עבודה זרות. זיי וועלן נישט קענען. דאס וועט נאר געשעהן בביאת משיח צדקנו. (בב"א).
טמיר #ס'איז געווען א צורה פון בודהה העכער די סטעדזש נישט קיין געטשקע.כ'גלייב נישט אז ס'יז דא עבודה זרה'ס היינט אין א"י (בעק אין די גאלדענע טעג פון די בתי מקדש איז געווען פיל). קלויסטערס און מעטשעטן האבן נישט קיין ע"ז'ס.
נאר ביי די נאווע פעסטיבעל איז געווען א געטשקע וואס מ'האט טאקע פארברענט...
שאלתיאל #אה כ'האב געמיינט אז ס'איז נאר געווען אן איינרעדעניש פון וויליאמסבורגע בחורים צי בארואיגען די געוויסןטמיר #ס'איז געווען א צורה פון בודהה העכער די סטעדזש נישט קיין געטשקע.כ'גלייב נישט אז ס'יז דא עבודה זרה'ס היינט אין א"י (בעק אין די גאלדענע טעג פון די בתי מקדש איז געווען פיל). קלויסטערס און מעטשעטן האבן נישט קיין ע"ז'ס.
נאר ביי די נאווע פעסטיבעל איז געווען א געטשקע וואס מ'האט טאקע פארברענט...
טמיר #לפי שיטת הרמב"ם איז קרינסטענטום יא עבודה זרה (בשיתוף). איסלאם נישט. נאר דער איסלאמישער מעטשעט קען דאך נישט בלייבן אויפ'ן הר הבית.כ'גלייב נישט אז ס'יז דא עבודה זרה'ס היינט אין א"י (בעק אין די גאלדענע טעג פון די בתי מקדש איז געווען פיל). קלויסטערס און מעטשעטן האבן נישט קיין ע"ז'ס.
נאר ביי די נאווע פעסטיבעל איז געווען א געטשקע וואס מ'האט טאקע פארברענט...
berlbalaguleh #איך בין מסכים מיט דיר אז מדינת ישראל האט נישט די פולסטע ממשלה צו טוען וואס זיי ווילן, אין עס איז אמת אז אויסרייסן די בתי עבודה זרה (לדוגמא קלויסטערס וואס זענען פארגלייבט אינעם טריניטי רח"ל וואס האט אן הלכה פון ע"ז בשותף), אבער מיט גלות האט עס נישט אין כש"כ אז ס'קען נישט ווערן אנגערופן גלות רעגירונג, ווייל גלות איז ווען מ'איז פארטריבן פון לאנד אדער ווען מ'איז אין לאנד אבער עס באלאנגט נישט פארן יודישן פאלק, איך וואלט עס אנגערופן ווי דער מלבי"ם זאגט פאראויס אז עס וועט זיין א "ממשלה קטנה".במחילת כבוד תורתך כאפסט דו נישט די נקודה. דו מוזסט נישט מסכים זיין. איך וועל עס נאכאמאל איבערחזר'ן. דער סאטמאר'ע רבי ברענגט א ראיה אז די היינטיגע רעגירונג פון מדינת ישראל איז א גלות רעגירונג. מיט דעם פשוט'ן פאקט אז אויב (אם תימצי לומר) זיי ווילן אויסרייסן די עבודה זרות פון ארץ ישראל, אזוי ווי ס'שטייט אין די תורה, קענען זיי נישט. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט בעה"ב אין ארץ ישראל.
יא. איך האב אויך הנאה אז ס'איז (ב"ה) דא א אידישע רעגירונג אין ארץ ישראל. נאר אונז זעמיר נאכאלץ אין גלות. מ'דארף נאכאלץ מתפלל זיין פאר די גאולה השלימה דורך ביאת המשיח.
berlbalaguleh #"אויב" דער בית ישראל האט טאקע אזוי געזאגט איז עס אן אומ-פארשטענדליכע מימראהראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.