Re: דו שרייבסט אמאל אויף אייוועלט?
יא און ניין.
(איך בליק אמאל אריין אין אייוועלט, זיי האבן אפאר פעסטע שרייבערס פאר די נייעס און אויך ביי די וויסנשאפט, פארשטייט זיך אז ס'קומט נישט צו כמלוא נימה צו די לייבן דא אין קאווע שטיבל,
עכ"פ איך האב שוין גראדע עטליכע מאל פרובירט צו עפענען אן אייוועלט אקאונט, אבער ס'ווערט אייביג פארהאנקערט אינדערמיט, עפעס א סארט שלעכטע סיסטעם דארט, אדער איז מיין אימעיל אדער מיין ניק אין באנוץ - איך האב נארוואס געעפנט א פרישע אימעיל אדרעס און גענוצט די מערסט ווילדע ניקים וואס איז עולה על הדעת אבער שוין אלעס פארנומען, גיי פארשטיי. למעשה בין איך ב"ה דא אנגעקומען, איך דערקוויק מיך און באלעק מיך, די ארטיקלען דא זענען אויף א לעוועל וואס כ'האב אין מיין לעבן נישט געזען. איין הערה וואס איך האב אבער אז מ'רעדט שוין, מענין לענין, הלמאי מען זעט דא זייער אפט ווי שרייבערס וואס שרייבן נישט אזוי הונדערט פראצענטיג ואני בתוכם ווערן זיי פארשריגן אז זיי זאלן צוריקגיין צו אייוועלט, עס איז עפעס אזא סארט זייער גאנגבארע טשעפע, (איך רעד נישט ווען מען איז עובר אויף די תקנות) ווייס איך נאכנישט פונקטליך וואספארא לעוועל פון באזענצקייט און אינטעלעקטועליזם מען דארף מען האבן צו קענען שרייבן, די הנהלה וויל דאך אבער "יעדער" זאל שרייבן און צווישן די יעדער איז לא ימלט ס'זאל נישט אריינפאלן עטליכע מער נארישע און קינדערישע סארט שרייבער, סאו ממ"נ אויב ווילסטו נאר געלונגענע היי-קלעס שרייבער זאל נישט יעדער דארפן שרייבן און אויב נישט דעמאלטס פארוואס שרייסטו אויף יעדע דריטע שרייבער זאל צוריקגיין צו אייוועלט. בקיצור: אלעס געפעלט מיך חוץ די איין סארט בייסיגע טשעפע.
שוין קען זיין כ'האב מיך נישט אזוי קלאר ארויסגעברענגט, כ'האב פשוט געוואלט "שעירן מיין עקספיריענס" ווי די פותח האשכול האט געבעטן.)