דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:12 pm#563808
דאנאלד טראמפ געפינען געווארן שולדיג אויף 34 פעלאני קלאגעס אין נ"י סיטי טרייעל
די דזשורי האט יעצט געפסקנט אז ער איז שולדיג אויף אלע 34 קלאגעס וואס אלווין ברעג האט געברענגט בנוגע פעלטשן ביזנעס רעקארדס.פאסטעך #זאגסט אז רוב דזשורי זענען דעמאקראטן? אבער דא האבן דאך "אלע" דזשוריס אזוי גע'פסק'נטאיך בין נישט טאנעד-אין אין די נושא, אבער דרויסענדיגע שאלה איז:
זענען נישט די דשזורי אלע ניו-יורקערס, וואס ע"פ רוב זענען זיי דעמאקראטן?! 🤔
סקעפטיקער #פארואס האט ער נישט געבעטן א טרייעל ביים בענטש נישט דזשורי?פאסטעך #זאגסט אז רוב דזשורי זענען דעמאקראטן? אבער דא האבן דאך "אלע" דזשוריס אזוי גע'פסק'נטאיך בין נישט טאנעד-אין אין די נושא, אבער דרויסענדיגע שאלה איז:
זענען נישט די דשזורי אלע ניו-יורקערס, וואס ע"פ רוב זענען זיי דעמאקראטן?! 🤔
סוף טוב הכל טוב #פארואס האט ער נישט געבעטן א טרייעל ביים בענטש נישט דזשורי?
פוילישע פעפער #נאר אין דעם אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם איז עס א פראטעקשן פאר דעם אנגעקלאגטן. אז אלע מוזן מסכים זיין אין זיין שולד.אין גמרא סנהדרין שטייט אז אויב אלע דיינים זענען מחייב די בעל דין, איז ער זכאי
אויב אלע זאגן די זעלבע, שטימעט עס נישט...
(להבדיל אלף אלפי הבדלות פארשטייט זיך)
berlbalaguleh #לפי האמת: איז טראמפ גאר דא דער "וויקטים". דער וואס איז בא'עוולה'ט געווארן.
די גאנצע סוגיא איז א ביסל מאחורי'דיג. ממילא קענמען נישט אריינגיין אין אלע פרטי פרטים. נאר טראמפ האט געצאלט "לא יחרץ געלט" פאר א געוויסן נידריגן פארשוין (פרשנדתא) א גרויסן סכום געלט. יענער פארשוין האט אויך געסיינט א הסכם אז ער/זי גייט האלטן דעם פיסק פארמאכט, ווייל די אינפארמציע וואלט איהם געקענט ברענגען גרויס שאדן ביי די עלעקשנס. כאילו פאר דעם וואלט מען געמיינט אז דאנאלד טראמפ איז אן איידעלער, אפגעהיטענער איד וואס קוקט נישט ארויס פון זיינע ד' אמות.
דער שליח צו באצאלן דאס געלט איז געווען זיין (געוועזענער) גוטער פריינט און לאיער מייקל קאהען. נאר נאכדעם וואס ער איז ארעסטירט געווארן האט ער זיך אויסגעדרייט אקעגן איהם און ער האט עדות געזאגט אין קאורט אז טראמפ האט איהם געהייסן באצאלן דעם גרויסן סכום פון געלט, דורך מאכן פאלשע עקספענס רעפארטס פאר עלעקשן עקספענסעס.
כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו: דער דיסטריקט אטוירני פון מאנהעטן וואס האט א קאפ און א צורה פון א דבר אחר האט געטראפן אויף וואס זיך אן צו טשעפען, און ער האט אנגעקלאגט דאנאלד טראמפ אוף דעם גרויסן חטא פון "פעלשן" ביזנעס רעקארדס.
דער גאנצער "משפט" איז געווען נישט מער ווי א פאליטישער שפיל וואס די דעמאקראטן האבן אנגעדרייט כדי צו סטאפן טראמפ פון (אפשר) געווינען דעם פרעזידענט אפיס פאר א צווייטן טערמין. נאר די בהמות כאפן נישט אז וואס מער זיי גייען ארויס אקעגן איהם ווערט ער פאליטיש שטארקער. די פאוללס ווייזן דאס קלאר איבער. ווייל אפילו ווען איינער איז נישט קיין רעפובליקאנער אדער א חסיד פון טראמפ, זעהען זיי קלאר ווי די ליבעראלן האבן זיך פארלייגט אויף איהם, און דאס איז א גאראנטי אז ער וועט באקומען די רעפובליקאנער נאמינעישן, און אפשר די פרעזידענט אפיס אויך.
berlbalaguleh #פארוואס איז דאס א שאו טרייעל?לויט דעם איז אמעריקע גארנישט אנדערש פון רוסלאנד. ספעציעל בימי סטאלין, ימ"ש. ווען מ'האט געמאכט "שאו טרייעלס" און געהרג'עט און פארשיקט קיין סיביר מיליאנען מענטשן.
החוקר #איך בין נישט טראמפ'ס לאיער. ער האט גענימען די בעסטע לאיערס וואס מ'קען קויפן פאר געלט. דאך האט עס איהם נישט געהאלפן. ווייל דער דזשאדזש וואס קאנטראלירט וויאזוי דער משפט גייט, איז א ליבעראל. און ער איז להשמיד ולהרוג אקעגן דאנאלד טראמפ. ער האט עטליכע מאל אנגעשריגן טראמפ און זיינע לאיערס. און געסטראשעט מיט דזשעיל. נאר ער האט נישט געטון די זעלבע אדער ענליכס פאר די אנדערע "עדות" אזוי ווי מייקל קאהען און די אנדערע צדיקת וועלכע גייט אין די דרכים פון די "הייליגע" מאמע טערעסא.berlbalaguleh #פארוואס איז דאס א שאו טרייעל?לויט דעם איז אמעריקע גארנישט אנדערש פון רוסלאנד. ספעציעל בימי סטאלין, ימ"ש. ווען מ'האט געמאכט "שאו טרייעלס" און געהרג'עט און פארשיקט קיין סיביר מיליאנען מענטשן.
ער האט געהאט א פארטיידיקונג? יא. ער האט געהאט די מעגליכקייט צו איבערצייגן די דזשורי אין זיין אומשולד? יא. אויב איז עס אזוי קלאר אז די גאנצע קלאגע האט נישט קיין שום האפט, פארוואס האט ער נישט געקענט איבערצייגן אמווייניגסטענס איין איינציגער דזשורער?
ער האט נישט געהאט קיין פעיר טרייעל, ווייסט פארוואס, ווייל טראמפ האט זיך אויפגעפירט ווי טראמפ.
פרייוויליג #ווען דו ליינסט די יעצטיגע פאולס, זעהט אויס די מצב גאנץ גוט פאר טראמפ.איך פרעדיקט אז ביידן גייט געווינען די עלעקשען קומענדע נאוועמבער, ריגארדלעס פון די היינטיגער פסק.
החוקר #לויט די פאקטן וואס איך און א מערהייט אמעריקאנער האבן צוגעקוקט זעהט עס אויס ווי א שוי טרייעל.berlbalaguleh #פארוואס איז דאס א שאו טרייעל?לויט דעם איז אמעריקע גארנישט אנדערש פון רוסלאנד. ספעציעל בימי סטאלין, ימ"ש. ווען מ'האט געמאכט "שאו טרייעלס" און געהרג'עט און פארשיקט קיין סיביר מיליאנען מענטשן.
ער האט געהאט א פארטיידיקונג? יא. ער האט געהאט די מעגליכקייט צו איבערצייגן די דזשורי אין זיין אומשולד? יא. אויב איז עס אזוי קלאר אז די גאנצע קלאגע האט נישט קיין שום האפט, פארוואס האט ער נישט געקענט איבערצייגן אמווייניגסטענס איין איינציגער דזשורער?
ער האט נישט געהאט קיין פעיר טרייעל, ווייסט פארוואס, ווייל טראמפ האט זיך אויפגעפירט ווי טראמפ.
אינגערמאנטשיקל #פארוואס האלטסטו אז זיי גייען נישט נאכאמאל טרעפן אום געסקענטע בעלעטס אפאר וואכן נאך די עלעקשן ??פרייוויליג #ווען דו ליינסט די יעצטיגע פאולס, זעהט אויס די מצב גאנץ גוט פאר טראמפ.איך פרעדיקט אז ביידן גייט געווינען די עלעקשען קומענדע נאוועמבער, ריגארדלעס פון די היינטיגער פסק.
הגם ס'איז נאר פאולס, און ס'איז נאך דא א גוטע פינף חדשים ביז די עלעקשאנס.
מילך טראק #ס’איז יא א ביזנעס עקספענס, ס’נאר נישט גוט געפיילט.איך פארשטיי באמת נישט וואס איז די פראבלעים דא, פארוואס איז דעיס טאקע נישט קיין Business expense?
איז דא איינער דא וואס קען דעיס מסביר זיין ?
שמן למאור #די טענה איז נאך שטערקער, ווען נישט טראמפ לויפט פאר פרעזידענט וואלט מען עים נישט אנגעקלאגט, פונקט ווי מען האט נאך קיינעם קיינמאל נישט אנגעקלאגט אויף אזא זאך.לויט ווי איך פארשטיי, איז די גאנצע טענה קעגן די דעמאקראטן אז מען וואלט בכלל נישט געדארפט צו ברענגען אזא קלאגע אין די ערשטע פלאץ. מען האט אים דא אנגעקלאגט אויף א נארישע טעכנישע פארברעכן וואס יעדער אין ביזנעס טוט איין וועג אדער די אנדערע.
איינמאל די זאך איז אין קאורט אין שוין א דבר פשוט אז מען וועט אים טרעפן שולדיג. די דזשורי קוקט אויף די טרוקענע געזעץ און פאקטיש האט ער פארלעצט די געזעצן.
אלע צוזאמען #אויב קענסט אביסל מער מסביר זייןמילך טראק #ס’איז יא א ביזנעס עקספענס, ס’נאר נישט גוט געפיילט.איך פארשטיי באמת נישט וואס איז די פראבלעים דא, פארוואס איז דעיס טאקע נישט קיין Business expense?
איז דא איינער דא וואס קען דעיס מסביר זיין ?
לעמעלע #לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען פון די באקאנטע מעשה מיט די פרוי אויפן באס, טראמפ האט איר געשיקט געלט פון די קאמפיין זי זאל מאכן א שווייג, די פראבלעם איז אז ער האט עס נישט געטארט נעמען פון די ביזנעס,איינער קען אריינקומען מיט מער פונקטליכע דעטאלן פאר וועם טראמפ האט געשיקט די געלט דורך קאהן?
טראמפ האט שוין כמה פעמים געליינט קריאת שמע נאכן סוף זמן.... פון וועלכע מעשה רעדט מען דא?
לעמעלע #אין מאחורי קענמען עס מסביר זיין מער בפרטיות. ס'גנב'עט זיך מיר אריין א מחשבה'לע אז דו ביסט גארנישט אזא "לעמעלע".איינער קען אריינקומען מיט מער פונקטליכע דעטאלן פאר וועם טראמפ האט געשיקט די געלט דורך קאהן?
טראמפ האט שוין כמה פעמים געליינט קריאת שמע נאכן סוף זמן.... פון וועלכע מעשה רעדט מען דא?
לעמעלע #פארוואס האט ער עס נישט געקענט געבן פון זיין פריוואטע אקאונט?
מילך טראק #ווייל איך האלט נישט אז דאס איז געשען אין 2020.אינגערמאנטשיקל #פארוואס האלטסטו אז זיי גייען נישט נאכאמאל טרעפן אום געסקענטע בעלעטס אפאר וואכן נאך די עלעקשן ??פרייוויליג #ווען דו ליינסט די יעצטיגע פאולס, זעהט אויס די מצב גאנץ גוט פאר טראמפ.איך פרעדיקט אז ביידן גייט געווינען די עלעקשען קומענדע נאוועמבער, ריגארדלעס פון די היינטיגער פסק.
הגם ס'איז נאר פאולס, און ס'איז נאך דא א גוטע פינף חדשים ביז די עלעקשאנס.
לעמעלע #פארוואס האט ער עס נישט געקענט געבן פון זיין פריוואטע אקאונט?
berlbalaguleh #בערל, מאך אביסול ריסערש.לעמעלע #פארוואס האט ער עס נישט געקענט געבן פון זיין פריוואטע אקאונט?
ווייל ווען מ'געט עס אלס ביזנעס עקספענס קענמען עס אראפרעכענען פון טעקס.
ער האט איהר געגעבן א גרויסן סכום געלט . איבער 100,000 דאלער.