Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » גוגל'ס דודלעך

גוגל'ס דודלעך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 173 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #171
מיטוואך מערץ 14, 2012 11:17 am#1406
גוגל'ס דודלעך
ווי באקאנט האט "גוגל" א מנהג טוב צו פייערן פילע יומא דפגרא'ס מיט אן אזויגערופענעם "גוגל דודל". איז דאך נישט מער ווי פאסיג אז מיר זאלן דא אריינשטעלן יעדן פרישן "דודל", און רעדן אביסל דערוועגן.
היינט האט גוגל ארויפגעשטעלט דעם פאלגנדן "דודל":
בילד

דאס איז לזכר נשמת דעם יאפאנעזישער אקירא יאשיזאווא וועלכער איז געבוירן געווארן פונקט 101 יאר צוריק, למספרם. מר. יאשיזאווא איז געווען א מייסטער אין "אָריגאַמי" - דער קונסט פון קנייטשן פאפיר, און פארמירן טשאטשקעלעך.
מיטוואך מערץ 14, 2012 2:44 pm#1415
Re: גוגל'ס דודלעך
בילד
יאשיזאווא מיטן פאך אין די האנט. שכויח הרב אנאלאזירער.
מיטוואך מערץ 14, 2012 2:45 pm#1416
Re: גוגל'ס דודלעך
אז מ'רעדט שוין.... ס'האט מיר אלץ געבאדערט הלמאי גוגל צייכנט אפ געבורטסטאגן אבער קיינמאל קיין יארצייט?
דינסטאג מערץ 20, 2012 12:21 am#2118
Re: גוגל'ס דודלעך
גוגל פייערט דעם פרילינג איקיונאקס, ווען די וועלט איז נישט געבויגן צו דער זון פון אויבן אדער פון אונטן, און די זון שיינט דירעקט העכער דעם קאפ. דאס געשעט צוויי מאל א יאר, מערץ 20 און סעפטעמבער 22.
פרייטאג מערץ 23, 2012 12:28 am#2416
Re: גוגל'ס דודלעך
בילד
לכבוד דעם געבורטסטאג פון כואן גריס, א מעלער און סקולפטאר וועלכער האט זיך מיינסטנס באנוצט מיט די מעטאדן פון דער קיוביסטישער באוועגונג - צו מאלעווען דעם בילד צעטיילנדיג חלקים פון דעם בילד אין קעסטעלעך.
פאלגנד איז איינע פון זיינע מעלערייען:
בילד
דאס איז אן אויל-פעינטינג פון דעם בארימטן מעלער פיקאסא, פון די פיאנירן פון קיוביזם.
דינסטאג מערץ 27, 2012 12:46 am#3075
Re: גוגל'ס דודלעך
בילד
דער פרישער גוגל-דודל איז אפצוצייכנען דעם 125סטן געבורטסטאג פון לודוויג מיעס וואן דער ראהע, פון די פיאנירן פון מאדערנער ארכיטעקטור.
מאנטאג אפריל 09, 2012 2:39 am#4188
Re: גוגל'ס דודלעך
א נייע אינטערסאנטע דודל
m http://www.youtube.com/watch?v=DV073WyX ... ata_player m
מוצ"ש אפריל 14, 2012 9:40 pm#4559
Re: גוגל'ס דודלעך
בילד
לזכרון פון דעם בארימטן פראנצויזישער פאטאגראפיסט ראבערט דוענא (געשריבן Robert Doisneau), וועלכער איז געבוירן געווארן פונקט הונדערט יאר צוריק.
מוצ"ש אפריל 14, 2012 11:11 pm#4565
Re: גוגל'ס דודלעך
יידל האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין.... ס'האט מיר אלץ געבאדערט הלמאי גוגל צייכנט אפ געבורטסטאגן אבער קיינמאל קיין יארצייט?
זונטאג אפריל 22, 2012 12:12 pm#6477
Re: גוגל'ס דודלעך
גוגל פייערט "וועלט טאג" - א טאג ווען מען איז זיך מתבונן אויף די וויכטיגקייט פון היטן אויף די וועלט'ס נאטירליכע ענווייראנמענט.
בילד
דינסטאג אפריל 24, 2012 12:16 am#6966
Re: גוגל'ס דודלעך
היינט פראוועט מען די געבורטסטאג פון גדעון סונדבעק, דער ערפינדער פון דעם זיפער. לכבוד דעם האט גוגל צוגעשטעלט זייער אן אינטערעסאנטן דודל - דער פעידזש עפענט זיך אויף אינדערמיט ווי א זיפער...
בילד
דינסטאג אפריל 24, 2012 8:53 pm#7268
Re: גוגל'ס דודלעך
נחום ר. האט גע'אסר'ט גוגל פאר היינט.
דינסטאג אפריל 24, 2012 9:18 pm#7284
Re: גוגל'ס דודלעך
אנאליזירער האט געשריבן:היינט פראוועט מען די געבורטסטאג פון גדעון סונדבעק, דער ערפינדער פון דעם זיפער. לכבוד דעם האט גוגל צוגעשטעלט זייער אן אינטערעסאנטן דודל - דער פעידזש עפענט זיך אויף אינדערמיט ווי א זיפער...

ער האט עס נישט אינווענטעד, ער האט געטראפן א פאטענט וויזוי זיך צו באניצן דערמיט.
מיטוואך אפריל 25, 2012 9:39 am#7432
Re: גוגל'ס דודלעך
ברוין האט געשריבן:נחום ר. האט גע'אסר'ט גוגל פאר היינט.

אויספלאץ.
מיטוואך אפריל 25, 2012 9:48 am#7433
Re: גוגל'ס דודלעך
פינטאו האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:נחום ר. האט גע'אסר'ט גוגל פאר היינט.

אויספלאץ.

לאמיך עפעס פארשטיין ר' פינטאו. אז ברוין מאכט א גוטן ווערטל קומט אים א לייק, אבער אז איך שטרענג מיך אן אריבערצוברענגען די בילדער פון דודלעך מיט ביאורים קומט מיר נישט?
מיטוואך אפריל 25, 2012 10:19 am#7440
Re: גוגל'ס דודלעך
אל תהי כעבדים המשמשין את הרב על מנת לקבל לייק.
מיטוואך אפריל 25, 2012 10:21 am#7444
Re: גוגל'ס דודלעך
אנאליזירער האט געשריבן:
פינטאו האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:נחום ר. האט גע'אסר'ט גוגל פאר היינט.

אויספלאץ.

לאמיך עפעס פארשטיין ר' פינטאו. אז ברוין מאכט א גוטן ווערטל קומט אים א לייק, אבער אז איך שטרענג מיך אן אריבערצוברענגען די בילדער פון דודלעך מיט ביאורים קומט מיר נישט?

אנאליזירער איז גערעכט!! עס טוהט א געוואלדיגע ארבייט. איך האב אים טאקע יעצט צוגעטיילט זיינע פארדינבארע לייק'ס.
מיטוואך אפריל 25, 2012 11:06 am#7472
Re: גוגל'ס דודלעך
זייער גערעכט. איך וואלט דיר אויך געלייקט ווען איך קען ווען אבער פון א טעלעפאון קען מען נישט לייקן
זונטאג אפריל 29, 2012 1:55 am#8395
Re: גוגל'ס דודלעך
גוגל דודל וואס איז געווען אין א"י פאריגע וואך דאנערשטאג, אפריל 26, לכבוד ה' אייר.
בילד
מאנטאג אפריל 30, 2012 7:33 pm#8970
Re: גוגל'ס דודלעך
לייגט גארנישט אריין אין גוגל, און דרוקט "I'm felling Lucky". די ריזאלטס זענען אלע גוגל'ס דודלעך מיום היווסדה.
פרייטאג מאי 04, 2012 1:09 am#9804
Re: גוגל'ס דודלעך
א פרישער דודל לכבוד דעם געבורטסטאג פון קעיט הארינג, א מאלער וועלכער האט אנגעהויבן זיין קאריערע מיט גראפיטי אין די סובוועי סטאנציעס, און איז נאכדעם געווארן אינטערנאציאנאל בארימט מיט זיינע אייגנארטיגע מעלערייען.

בילד
פרייטאג מאי 04, 2012 12:27 pm#9889
Re: גוגל'ס דודלעך
יעדעס יאר מאכט גוגל א פארמעסט צווישן קינדער פאר דעם שענסטן און שעפערישסטן דודל וואס זיי קענען ערצייגן, און דער עולם קען שטימען פאר דעם דודל וואס געפעלט זיי דאס מערסטע.
ס'איז נתפעל צו ווערן וואספארא געוואלדיגע קריעיטיוויטי אפילו גאנץ קליינע קינדער פארמאגן.
m http://www.google.com/doodle4google/index.html m
מיטוואך מאי 09, 2012 10:05 am#10874
בילד
גוגל צייכנט היינט אפ די 138סטן געבורטסטאג פון האווארד קארטער, דער בארימטער בריטישער ארכעאלאג און עגיפטאלאג וועלכער האט אנטדעקט דעם קבר פון דעם מצרי'שן קעניג טוטאנכאמון (באקאנט אלס "טוט"), וועלכער האט געלעבט בערך 3,300 יאר צוריק.

די גאלדענע מאסקע וואס איז געווען אויף קעניג טוט:
בילד
דאנערשטאג מאי 10, 2012 11:16 am#11095
ס'איז באקאנט אז ס'איז געווען א שרעקליכע קללה אויף די אלע וואס האבן געטשעפעט מיט די קברים פון די פרעה'ס. האט דער מר. קארטער אויך אזוי מיאוס אפגעשניטן?
דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:43 pm#11170
אין גריכלאנד און אין פראנקרייך איז פיר טעג צוריק געווען עלעקשאנס.
אין גריכלאנד האט גוגל געהאט די גוגל דודל:
בילד
און אין פראנקרייך די:
בילד

אין זיד קארעא האט גוגל צוויי טעג צוריק געפייערט "עלטערענ'ס טאג":
בילד
דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 9:49 pm#87100
גוגל האט צוזאמענגעשטעלט דעם 154סטן געבורטסטאג פון דזשארדזש פעריס (ערפינדער פון דעם "פעריס וויל") און וואלענטיינס דעי.
בילד
פרייטאג פעברואר 22, 2013 1:30 am#89779
צוויי לעצטיגע דודלעך, און זייערע מיינונגען.

היינט פעברואר 22, שרייבער און ארטיסט עדווארד גארי'ס 88'סטע געבורטסטאג

בילד

דינסטאג פעברואר 19 איז געווען די 540'סטע געבורטסטאג פון קופערניקוס

בילד

די גוגל דודל ארטיסטקע וועלכע האט געמאלן דעם דודל (וועלכע איז אן אנימאציע) לכבודו פון קופערניקוס האט געשריבן די פאלגענדע ווארעמע דיבורים איבער קופערניקוס און איר דודל

דזשעניפער האם האט געשריבן:A Polish astronomer and mathematician, Nicolaus Copernicus is a shining star of the Renaissance. His major contribution to science is his heliocentric theory, which asserts that the sun is the center of our solar system. As the Earth was popularly assumed the center of the universe, his heliocentric theory rocked convention. Though the mechanics of this theory has mathematical underpinnings, its radical nature still gave Copernicus some pause. It was, therefore, not until his final year that he published his findings in De Revolutionibus orbium coelestium.

We wanted to celebrate Copernicus and his contributions to the world with a subtly animated doodle. Though revolutionary at the time, the heliocentric model is beautiful in its simplicity. The resulting doodle is zen-like and unassuming. Its actions need not scream for attention, much like the slow publication of De Revolutionibus orbium coelestium. The orbits of the solar system are steady and true.
פרייטאג מאי 31, 2013 12:28 pm#119963
מאנטאג יוני 10, 2013 8:57 pm#123786
היינט איז דא עפעס א שיינע ראלערקאוסטער. CUTE.
אפשר קען איינער מסביר זיין וואס איז פשט?
מאנטאג יוני 10, 2013 9:05 pm#123791
שמעקעדיג האט געשריבן:היינט איז דא עפעס א שיינע ראלערקאוסטער. CUTE.
אפשר קען איינער מסביר זיין וואס איז פשט?

גראדע לזכרון א ברוקלינער איד, מאריס סענדאק (1928 - 2012). ער איז געווען א שרייבער און מעלער, און האט ארויסגעגעבן עטליכע קינדער ביכער, זייענדיג פאררעכנט פון די גרעסטע מעלער פאר קינדער-ביכער אין דער וועלט. ער האט אויך געמאלן פאר יצחק באשעוויס זינגער. (צום ביישפיל, ער האט געמאלן דעם בילד וואס באשיינט הירשל ציג'ס בלאג פאר באשעוויס זינגער'ס א בוך.) סענדאק איז געווען אן אטעאיסט און א האמאסעקסואל.
דינסטאג יוני 11, 2013 12:22 am#123841
יאנקל האט געשריבן:סענדאק איז געווען אן אטעאיסט און א האמאסעקסואל.

אין אנדערע ווערטער: ער בראט יעצט אין גהינם

נעבעך זאל זיין נשמה האבן אן עליה אויב ס'שייך.
מאנטאג יולי 15, 2013 2:04 am#133646
רעמבראנד'ס 407'טע געבורטסטאג
בילד
דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 3:37 pm#137852
בילד
לכבוד מאריא מיטשעל'ס 195'סטע געבורטסטאג
זי איז געווען די ערשטע פרוי אסטראנאמיקער אין אמעריקע
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 8:29 pm#141265
גוגל באגריסט דעם 126סטן געבורטסטאג פון ערווין שראודינגער, באקאנט פאר "שראודינגער'ס קאץ".

בילד
דא האט ATUB @יידל ATUB מסביר געווען דעם ענין.
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:50 pm#146032
גוגל פראוועט דעם פופציגסטער יארטאג פון מארטין לוטער קינג'ס רעדע "איך האב א חלום".

בילד
מאנטאג מאי 19, 2014 10:31 am#201059
לרגל מלאות ארבעים שנה ליצירת הרוביקס-קיוב, האט גוגעל היינט א דודעל וואס מען קען שפילען א געהעריגע רוביקס קיוב!
m https://www.google.com/ m

*

גוגעל האט א סייט ווי מען קען אייבעג שפילען דארט רוביקס קיוב, פאר ווער עס איז לאנגווייליג.
m https://chrome.com/cubelab m

*

אויף דעם סייט קען מען אריינגעבן איינפעלער פאר גוגעל דודעלס, אדער צו זעהן די ארכיוון פון אלטע דודלעך.
m http://www.google.com/doodles m
פרייטאג יוני 06, 2014 1:12 pm#204578
Google removed today this Doodle from thier home page after recieving complaints for not honoring D - Day.
דינסטאג יולי 08, 2014 7:21 pm#210912
לכבוד די WORLD CUP
דינסטאג יולי 08, 2014 9:43 pm#210945
Chuchem האט געשריבן:Google removed today this Doodle from thier home page after recieving complaints for not honoring D - Day.

דער געזאלטער דודעל איז געווען אין אנדענק פון א מייסטער יאפאנעזער שפילער וואס האט זיך אויסגעצייכענט אינעם Go שפיל.

בילד

איז פארהאן דא עמיציר וואס קען זיך גוט אויס מיט׳ן שפיל?

כ׳האב אמאל פרובירט זיך אריינצולייגן דערין (נאכ׳ן לייענען דעם ארטיקל ווען ס׳איז ארויס געקומען) און ס׳איז מיר נישט דערגעגאנגען דעם גדלות פארוואס ס׳דא וואס האלטן אז ס׳איז טיפער און ברייטער ווי שאח.
דינסטאג יולי 22, 2014 9:41 pm#213147
א ארבייטער פון גוגל מיטן נאמען Travis איז אריבער ארבייטן ביי בינג.
דאס איז די "גוד ביי" פארטי קעיק...

אויפן קעיק שטייט "Congratulations Travis, Did you mean: Congratulations Traitor"
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:23 am#218426
א כאפ פון א דודל.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 11:13 pm#241330
דורכאויס חנוכה, אויב זוכט מען אין גוגל פאר א חנוכה טערמין ווי "דריידל" באווייזט זיך א ספעציעלע חנוכה דודל.
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:46 am#241358
וכן הדין אז מ'זוכט קאוואנזא און קריסטמעס.
פרייטאג יולי 24, 2015 4:16 pm#291635
זיך אנגעטראפן נעכטן אינעם אשכול, און היינטיגן דודל לכבוד היי יאר אולימפיקס
פרייטאג יולי 24, 2015 4:58 pm#291644
Re: גוגל'ס דודלעך
ספעשיל אולימפיקס פאר דיסעבלד athletes

Sent from my SAMSUNG-SM-G920A using Tapatalk
פרייטאג יולי 24, 2015 6:14 pm#291665
אנאליזירער האט געשריבן:גוגל פראוועט דעם פופציגסטער יארטאג פון מארטין לוטער קינג'ס רעדע "איך האב א חלום".

בילד

ראסיסטן וואס זיי זענען, זיי האבן געמאכט די קאליר ברוין...
דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:00 am#310379
Re: גוגל'ס דודלעך
m https://www.google.com/search?q=A+long+ ... C+far+away m


Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 28, 2016 11:50 am#330903
גוגל צייכנט היינט אפ די געבורטסטאג פון שרה מארקס, א אידישע פרוי וועלכע איז געווען אן ענדזשעניר, מאטעמאטיקער, פיזיציסט און ערפונדער.

m https://en.wikipedia.org/wiki/Hertha_Marks_Ayrton m