Re: ביעטריס וועבער פארלאזט יאפפעד
berlbalaguleh #
ער האט בכלל נישט צוגעהאלפן. ער האט נישט געהאלטן פון אזעלכע זאכן. ער האט געהאט א בעסערן וועג אויפצוהאלטן אידישקייט.
די גאנצע איז געווען א קאשע וואס ר' עמרם בלוי מיט הרב קאצענעלנבויגן האבן צוזאמען אויפגעקאכט. די איינציגע "גוטע" זאך וואס איז ארויסגעקומען פון די גאנצע מעשה איז אז ר' עמרם בלוי איז געווען אן איינזאמער מענטש (געג'ט אדער נפטר געווארן? כ'ווייס נישט), און זי, רות בן דויד, די געוועזענע טענצערין אין א נאכט קלוב אין פאריז בשעת די צווייטע וועלט מלחמה און א מעגליכע אגענט פאר די מוסד, האט חתונה געהאט צו ר' עמרם בלוי. זי איז געווארן א גאנצע "רעבעצין", זי האט אנגעטון שווארצע שטרימפ און באדעקט דעם (הייליגן) קאפ מיט א ירושלימ'ער צודעק.
זיין אייגענע קהילה זענען געווען זייער שטארק אקעגן דעם "שידוך". זיי האבן איינגעלייגט וועלטן אז דער שידוך זאל בטל ווערן. דער סאטמערע רבי זי"ע האט געזאגט אז מ'זאל נישט צושטערן דעם שידוך, און למען השלום זאללן די "יונגע קאפל" אוועקגיין וואוינען פון ירושלים עד יעבור זעם. זיי האבן טאקע געמופט קיין בני ברק פאר א שטיק צייט.
און אז דו ווייסט, לייג צו אביסול צו די חשיבות פון ר' עמרם.
דו סיבה וואס ער האט חתונה געהאט מיט איר איז געווען ווייל ער האט באקומען ביי איינע פון די הפגנות א שטויס באותו מקום און זייענדיג מחמיר אז אפשר (עס איז געווען א שמועס אין דעם) איז ער א כרות שפכה, האט ער איבערגעלאזט זיין רעבעטצן און חתונה געהאט מיט א גיורות.
נאך א זאך ווען מען רעדט פון ר' עמרם'ס חשיבות: ער האט איר נישט איבערגעלאזט אפילו מיט אזויפיל פרעשור, פשוט ווייל ער האט איר נישט געוואלט וויי טוהן.
ווער עס האט געקענט ר' עמרם האט געוואוסט אז וויפיל ער האט מוחה געווען פאר די כבוד פונעם אויבערשטען אבער פאר זיין כבוד האט ער איגנארערד. ער איז געווען א געוואלדיגע לב טוב און אפילו ווען מען האט אים פארשעמט אדער וויי געטוהן פיזיש/גייסטיש האט ער גארנישט געענטפערט.