Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 42 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #17137
מיטוואך יולי 03, 2024 9:22 pm#567146
די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
עס איז שוין יארן וואס א סאך האבן געמאכט א חיים טובים אויף די איידיע פון SETSS. די סערוויס Special Education Teacher Support Services, מיט די ראשי תיבות SETSS איז געמאכט צו באצאלן טוטערס פאר קינדער וואס זענען אינטערשטעליג מיט די לימודים. די אפיציעלע פרייז פאר א פראוויידער איז $41.98 א שעה. מיט בערך א צען יאהר צוריק זענען אפיר געקומען, ווי שוועמלעך נאכן רעגן, צענדליגע קליינע מיט גרעסערע עיזשענסיס וואס זענען אויפגעקומען מיט א מהלך ארויס צובאקומען מער געלט פון די DOE פער שעה פאר די סעטס סערוויסעס, הגם א סאך פון די עישזענסיס האבן געמיינט ערליך צו העלפן אידישע קינדער, איז אבער געווען אפאר וואס זענען געווען ליידער נישט אזוי ערליך. דערנאך איז געקומען אסאך פלעצער פון טרעינינג, קאלעשזעס, אזוי ווי TTI וכדו', וואס האבן געאפערט איינער א שוואכערע טרעינינג פראגראם פונעם צווייטער, ווי אינגעלייט און פרויען האבן געקענט מאכן דעגריס.

עס איז דא צוויי מהלכים, איינס איז די ענהענסד מהלך און די צווייטער איז פענדעסי. ביידע מהלכים ארבייטן מיט א לויער וואס מען דארף סוען די באורד אוו עד. די וועג פון סוען די DOE ארבייט אז עס גייט פאר א אימפארשאל הערינג. קודם האבן די עיזשענסיס געסוט פאר $60 פער שעה, דערנאך $90, און מיט די צייט זענען די עיזשענסיס געווארן דרייסטער און מען האט אנגעפאנגען צו סוען פאר גאנצע $250 פער שעה. די DOE פון NYC, וואס איז בעיקר געווארן עפעקטעד מיט די גאנצע שמיי דריי, האט קודם, מיט בערך א צוויי יאהר צוריק, איינגעפירט א נייע סיסטעם פאר די הערינגס, עס איז געגאנגען צו OATH הערינגס. דאס איז די זעלבע אפיס וואס דיעלט מיט די ווייעלעישאנס פון די DOB און דאס גלייכן. OATH האט געגעבן עטוואס א קיצל פארן אינדוסטרי אבער עס האט גארנישט געטוהן. מיט א פאר חדשים צוריק האט די DOE מודיע געווען אז מהיום קען די הערינגס מער נישט גיין פאר קיין הערינג, נאר עס וועט מוזן גיין פאר א פול פלעדשז קאורט. דאס טוט אונטערהאקן די גאנצע אינדוסטרי, ווייל קאורט קאסט צענדליגע טויזענטער דאללארן און א היערינג נאר א צוויי דריי טויזענט דאללער.

עס איז געווארן א ויצעקו און אגודה מיט אנדערע ווילן דאס טוישן ווייל עס איז דא טויזענטער אינגעלייט מיט פרויען וואס זייער ברויט ליגט אויפן טיש.
דינסטאג יולי 16, 2024 10:49 am#568160
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
↑דינסטאג יולי 16, 2024 9:12 am האט עפעס מיט HCBS? אדער א צווייטע זאך אינגאנצן?
HCBS איז פאר עמאשעניל העלפ.
P3 איז פאר עדיוקעישען העלפ.
דינסטאג יולי 16, 2024 6:19 pm#568202
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
עס איז דא ארויסגעברענגט געווארן זייער שטארקע טענות פון עטליכע קעגן די גאנצע אינדוסטריע. הגם זיי זענען גערעכט מיט געוויסע נקודות איז עס אבער גאר ווייט פון וואס זיי לייגן עס אראפ. יא אמת, די פרייז פון מלמדים האט זיך שטארק געהויבן, אבער ב"ה פאר דעם. די פרייז וואס מ'צאלט פאר מלמדים איז געווען גאר שוואך אוו עס וואלט זיך געמעגט הייבן סייווי. די מלמדים היינט איז שוין לאנג נישט וואס עס איז געווען און א מלמד היינט לערנט זיך און מעג ווערן באצאלט שיין, נאר די מוסדות האבן נישט געהאלטן דערביי. די לעצטע פאר יאר זייט די special ed מארקעט איז אריינגעקומען, האבן זיך די מלמדים'ס וועידז געהויבן. צו זאגן אז די וואס דארפן עס עכט באקומען נישט אדער נאר פאר גאר טייער זעה איך נישט קיין סיבה דערפאר. פארוואס זאלן זיי נישט קענען באקומען? זענען זיי ווייניגער eligible ווי א צווייטער? צו איז דא קאראפשען? יא, אבער בכלל נישט מי יודע. האט מען עס אביוזט? יא, אבער אנדערע פראגראמען האט מען פיל מער אביוזט. איז דא קינדער וואס באקומען די הילף און וואלטן געקענט אן דעם? מיט מער סטראגל פונעם מלמד מנהל און די קינד, יא. אבער באופן כללי האט עס שוין געראטאוועט גאר אסאך קינדער. עס איז דא משפחות וואס ציען זיך נישט אוועק פון ניו יארק נאר צוליב דעם, און באופן כללי וועט עס זיין פאר די קינדער א גרויסע פראבלעם. די אינפארמאציע האב איך פון א טאטע פון א קינד וואס איז אין די מוסד נאר א דאנק די פראגראמען און ער איז שטארק באזארגט איבער'ן עתיד
דינסטאג יולי 16, 2024 6:21 pm#568203
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
↑דינסטאג יולי 16, 2024 9:34 am וועל איך אפדעיטן דער עולם ווען איך באקום א קלארע בריכט.
איז דא עפעס נייעס?
דינסטאג יולי 16, 2024 7:18 pm#568212
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
↑דינסטאג יולי 16, 2024 6:19 pm עס איז דא ארויסגעברענגט געווארן זייער שטארקע טענות פון עטליכע קעגן די גאנצע אינדוסטריע. הגם זיי זענען גערעכט מיט געוויסע נקודות איז עס אבער גאר ווייט פון וואס זיי לייגן עס אראפ. יא אמת, די פרייז פון מלמדים האט זיך שטארק געהויבן, אבער ב"ה פאר דעם. די פרייז וואס מ'צאלט פאר מלמדים איז געווען גאר שוואך אוו עס וואלט זיך געמעגט הייבן סייווי. די מלמדים היינט איז שוין לאנג נישט וואס עס איז געווען און א מלמד היינט לערנט זיך און מעג ווערן באצאלט שיין, נאר די מוסדות האבן נישט געהאלטן דערביי. די לעצטע פאר יאר זייט די special ed מארקעט איז אריינגעקומען, האבן זיך די מלמדים'ס וועידז געהויבן. צו זאגן אז די וואס דארפן עס עכט באקומען נישט אדער נאר פאר גאר טייער זעה איך נישט קיין סיבה דערפאר. פארוואס זאלן זיי נישט קענען באקומען? זענען זיי ווייניגער eligible ווי א צווייטער? צו איז דא קאראפשען? יא, אבער בכלל נישט מי יודע. האט מען עס אביוזט? יא, אבער אנדערע פראגראמען האט מען פיל מער אביוזט. איז דא קינדער וואס באקומען די הילף און וואלטן געקענט אן דעם? מיט מער סטראגל פונעם מלמד מנהל און די קינד, יא. אבער באופן כללי האט עס שוין געראטאוועט גאר אסאך קינדער. עס איז דא משפחות וואס ציען זיך נישט אוועק פון ניו יארק נאר צוליב דעם, און באופן כללי וועט עס זיין פאר די קינדער א גרויסע פראבלעם. די אינפארמאציע האב איך פון א טאטע פון א קינד וואס איז אין די מוסד נאר א דאנק די פראגראמען און ער איז שטארק באזארגט איבער'ן עתיד

זייער גוט אראפגעלייגט. איך בין מודה צו כמעט אלעס, אבער ליידער איז געווען זייער אסאך קארופשאן אין דער אינדוסטרי. אבער סוף כל סוף, מער און מער קינדער האבן באקומען די העלפ וואס זיי האבן געדארפט באקומען בחינם פאר די עלטערן.
מיטוואך יולי 17, 2024 3:25 pm#568266
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
↑דינסטאג יולי 16, 2024 6:21 pm
↑דינסטאג יולי 16, 2024 9:34 am וועל איך אפדעיטן דער עולם ווען איך באקום א קלארע בריכט.
איז דא עפעס נייעס?
מען קען נישט מער פיילן אין קאורט פאר ענהענסד רעיטס.

אין די קומענדיגע צוויי וואכן דארף ארויסקומען די נייע רעיטס און רעגולאציעס פון די סיטי.
מיטוואך יולי 17, 2024 4:08 pm#568270
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
↑מיטוואך יולי 17, 2024 3:25 pm
↑דינסטאג יולי 16, 2024 6:21 pm
↑דינסטאג יולי 16, 2024 9:34 am וועל איך אפדעיטן דער עולם ווען איך באקום א קלארע בריכט.
איז דא עפעס נייעס?
מען קען נישט מער פיילן אין קאורט פאר ענהענסד רעיטס.

אין די קומענדיגע צוויי וואכן דארף ארויסקומען די נייע רעיטס און רעגולאציעס פון די סיטי.
מען קען יא פיילן אין קאורט, מען קען נישט האבן קיין DUE PROCESS וואס מיינט א הערינג וואס איז עפ"ר לטובות די עלטערן. פון יעצט און ווייטער קען מען נאר גיין קיין קאורט.
דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:27 am#568769
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
אן ארטיקל אינעם מאמענט ארום דער פרשה.
דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:28 am#568770
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
די באוויסטע עשזענסי וואס הייסט YES I CAN האט נעכטן מודיע געווען פאר אלע פראוויידערס אז זיי גייען מער נישט פראוויידען SETSS סערוויסעס.
דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:21 pm#568785
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:27 am אן ארטיקל אינעם מאמענט ארום דער פרשה.
סתם א לופטיגע ארטיקל. רעדט פון חזקי קליין, פון די וויכטיגקייט פון עידזשענסיס און אז די פן ירבה’ניקעס וויל אונטערהאקן אונזער מעכטיגע ספעשל עד סיסטעם. קיין שום כראנאלאגישע באריכט וואס עס גייט יעצט פאר.
דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:55 pm#568787
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
א בריוו פון יעס איי קען.
דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:55 pm#568788
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
שטייטזעך אז אייוועלט האט נישט צוגעלאזט אזא אשכול. כ'מיין פארוואס יא...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p5274234
דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:18 pm#568804
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:21 pm
↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:27 am אן ארטיקל אינעם מאמענט ארום דער פרשה.
סתם א לופטיגע ארטיקל. רעדט פון חזקי קליין, פון די וויכטיגקייט פון עידזשענסיס און אז די פן ירבה’ניקעס וויל אונטערהאקן אונזער מעכטיגע ספעשל עד סיסטעם. קיין שום כראנאלאגישע באריכט וואס עס גייט יעצט פאר.
מה טובו פון די קליין? ער האט אן עידשענסי?
דאנערשטאג יולי 25, 2024 7:46 pm#568823
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:18 pm
↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:21 pm
↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:27 am אן ארטיקל אינעם מאמענט ארום דער פרשה.
סתם א לופטיגע ארטיקל. רעדט פון חזקי קליין, פון די וויכטיגקייט פון עידזשענסיס און אז די פן ירבה’ניקעס וויל אונטערהאקן אונזער מעכטיגע ספעשל עד סיסטעם. קיין שום כראנאלאגישע באריכט וואס עס גייט יעצט פאר.
מה טובו פון די קליין? ער האט אן עידשענסי?
יא, EnhancEd
https://enhancedservices.org/
דאנערשטאג יולי 25, 2024 8:42 pm#568826
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
למעשה איז דער גאנצער זאך אביסל איבערגעטריבן. דאס איינציגסטער זאך וואס די DOE וויל איז אז מען זאל נישט ארויס רייסן איבערגעטריבענע געלטער. עס איז געווען עישזענסיס וואס האבן געסוט די DOE פאר 300 א שעה בשעת די אפעציעלער פרייז פון די DOE איז געווען 41.98 א שעה. מען האט עביוזד די סיסטעם און זיי האבן זיך גענומען צו די ביינער.
מאנטאג יולי 29, 2024 1:46 pm#568956
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
מאנטאג יולי 29, 2024 1:47 pm#568957
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
א טשארט וואס ווייזט די ספענדינג פאר סעטס.
מאנטאג יולי 29, 2024 11:53 pm#568981
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
↑מאנטאג יולי 29, 2024 1:46 pm https://www.shtetl.org/article/new-york ... opposition

מאסטער שרייבט דארט? :twisted: :roll:
דינסטאג יולי 30, 2024 9:00 am#568995
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
אוקעי, עס איז דא גרויסע דעוועלאפמענטס מיט דער פרשה. בעסיקעלי, די DOE האקט אינטער די עישזענסיס. זיי ווילן דיעלען גלייך מיט די פראוויידערס אדער די סקולס. דאס איז א געווינס פאר די פראוויידערס אבער די אלע עשזענסיס מיט זייערע הונדערטער ארבייטער וועלן זיך מיזן פארמאכן.
דינסטאג יולי 30, 2024 7:17 pm#569057
Re: די באורד אוו עדיוקעישאן באגרעניצט SETSS (P3) סערוויסעס
כזעה נישט קיין געווינס פאר די פראוויידערס
זיי מסביר