קענסט לכאורה געבן די קעפל דערפון "
פּראַבּעבּיליטי מעטשינג". די פענאמענאן איז ווען מ'האט למשל צוויי לייטבּאָלבּס, א געהלע און א גרינע. די געהלע צינדט זיך אָן 70% פּערצענט פון די טאטאל, בשעת די גרינע די אנדערע 30% פון די טאטאל. אויב ווייזט מען פאר מענטשן א סעריע פון פלעשעס פון די בּאָלבּס און מ'פרעגט זיי דערנאך "וועלכע קאליר בּאָלבּ וועט זיך יעצט אָנצינדן?", וועט אויסקומען אז בערך 70% פון די ענטפערערס וועלן ענטפערן "געהל" און בערך 30% פון די ענטפערערס "גרין". די פּראַבּעבּיליטי דיסטריבּיושאן פון די ענטפערעס "מעטשט" (מער-ווייניגער) די פּראַבּעבּיליטי ספּעיס פון די פאסירונג. ווי גרעסער די צאל ענטפערערס איז, אלס נענטער קומט עס צו און מעטשט צו די פּראַבּעבּיליטי ספּעיס פון די פאסירונג, עפ"י
די געזעץ פון גרויסע נומערן.
כמובן אז די מער שכל'דיגע באשלוס איז צו וועהלן די מיט די העכערע פּראַבּעבּיליטי פון פאסירן, הגם עס איז טאקע נישט מוכרח.