Re: פרעזידענט ביידען פארלאזט די פארמעסט
זייער א קלוגע שריט פון פרעזידענט ביידן! כאטשיג ס'קען זיין אז ס'איז אביסל שפעט, אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל. ס'הייטערט שטארק אויף די דעמאקראטישע בעיס, וואס האט געהאלטן אז די פארמעסט איז מער ווייניגער אווער, נאך וואס ביידן איז מיאוס אדורכגעפאלן ביי די פאריגע דעבאטע, און כאטשיג די דעמאקראטישע וויילער האבן פיינט שנאת מות דעם געוועזענעם טראמפ (כלשוה"ק פון ביידן), וואלט לכאורה געווען גאר א שוואכע טורנאוט. ביידן וועט לכאורה כפי הנראה געדענקט ווערן אין די היסטאריע ביכער, אלס גאר מכובד'דיגער פרעזידענט פון די שיירים פון די פארצייטישע גווארדיע, וואס אמעריקע האט נאך עפעס געמיינט ביי עם. די שפיץ פון זיין קאריערע וועט זיין - דאס וואס ער האט איבערגעלאזט די פארמעסט, וויבאלד ער האט געשפירט אז ער האט שוין נישט וואס צו בלייבן.
איך ווייס טאקע נישט וויפיל כח ער האט געהאט זיך צו שלאגן מיט אבאמא שומער פעלאסי וכו', וואס האבן עם געוואלט ארויסזען, אבער ווי קטלא קניא שרייבט אין טוויטער (X) הלואי אויף אונזערע פירער, זאלן זיך ארויסזען פון הנהגה ווען די צייט קומט. ואני הק' מוסיף ואומר, נישט נאר אונזערע פירער - נאר אסאך פאליטישע פירער (אן געבן נעמען), וואלטן אויך געמעגט וויסן וואו איין און וואו אויס. דאס איז חוץ המעשה אז וואס לענגער א מענטש איז אין תפקיד, איז אסאך גרעסער די טשענסעס ער זאל ווערן פארפוילט. ועל זה אמר החכם 'The longer a person is in duty, the more chances there is for him to become dirty'.
ווי ס'קוקט יעצט אויס איז קאמאלע העריס די פארטיגע נאמיני פון די דעמאקראטישע פארטיי, ונזכה ונחיה ונראה. (געדענק איך ווי אלס פרומער בחור ביי די 16' וואלן, כאטשיג כ'בין גענויגט לינק, און כ'האב געוואלט קלינטאן זאל געווינען. האב איך די טאג פון די וואלן געטוישט מיין מיינונג, טראכטנדיג אז אויב ווערט זי פרעזידענט וועלן אסאך היימישע אידן נכשל ווערן אין ראיית אשה, סאו זאל זי פארלירן - - - וכך הוה!... [אויף דעם זאגט דאך שוין דוד'ל חשבתי ימים מקדם וגו', כמו שכתבתי ב
מקום אחר.])