מאנטאג אוגוסט 5, 2024 10:42 pm#569206
ניצוצי כס"ף
אסאך מאל קומט ארויף אויפן געדאנק, א מחשבה, א רעיון, א נקודה, וואס מ'קען באשטיין אפצושרייבן ערגעץ, צו ס'זאל נישט פארגעסן ווערן, צו סתם אזוי עס גוט אויסשמועסן. אבער נישט אייביג איז עס בכדי צו אויפשרייבן אויף א ארטיקל, צו מצד די צייט, צו מצד די רעיון אליין. פארדעם דארף מען א אשכול וואו מ'קען שרייבן סתם געדאנקען, אן זיין משועבד צו גאנצע ארטיקלען וכדו'.אזוי ווי די מנהג איז לעצטנס אויף אייוועלט, אז דער עולם עפנט זיך אויף אייגענע אשכולות, וואו דארט שרייבט מען די אייגענע נייעס אנאליזן וכדו'. בדרך זו נלך גם אנו, עפן איך דעם אשכול, ווי כ'וועל קענען אויסגעבן מיינע מחשבות, געדאנקען וכדו'. פארשטייט זיך, אז יעדער קען דא שרייבן, מגיב זיין וכדו'.
ובזה החלי:
מענטשן מוטשען זיך, און רעדן זיך כסדר אפ איבער שלום בית פראבלעמען. די אמת איז אז בימנו אלה, בעולם הזה אין גלות, קען מען נישט האבן קיין שלום בית. די גאנצע ענין פון יחוד איש ואשה, איז א משל צו יחוד קוב"ה ושכינתיה, נו, אויב זיי זענען ליידער אפגעטיילט, קענען אונז מאכן א זכר לדבר וכדו', אבער צו עכטע שלום בית קען מען נישט צוקומען.
מ'קען גיין נאך ווייטער און זאגן, דאס איז דוקא ביי אידן ועכ"פ ביי פרומע אידן, אבער ביי די אומות העולם וואס זייער משל איז די קשר צווישן זייער שר און דעם פאלק, און דעם קשר איז יא דא, אפילו בימי הגלות, קענען זיי יא האבן שלום בית. און וועגן דעם וועט מען זען די ענין פון 'אהבה' ובלע"ז LOVE (וואס אגב, בין איך נאך כלל נישט איבערצייגט אז ס'איז דא אזא מושג בכלל, וכבר אמר רביה"ק זי"ע ז"ל תמ"ל וכו', אז וועגן דעם זינגען אייביג די גוים וועגן לאוו, וועגן זיי קומען קיינמאל נישט צו דעם, ויש לומר אז ס'איז בכלל נישט דא אזא זאך), נישט אהבה וואס קומט פון זיך זארגן איינעם אויפן צווייטן, און אויפציען א שטוב וכו', נאר די ברענענדיגע לאוו וואו מ'רופט עס 'אהבה ממבט ראשון'. עכט קומט עס פאר די אידן, נאר בימי הגלות איז עס ליידער פארכאפט ביי די אומות העולם.