דאנערשטאג אוגוסט 8, 2024 12:59 pm#569434
Re: הצלחה רבה!
א גרויסן יישר כח פאר אלע דיין שווערע ארבייט!אפשר זאלסטו נעמען די שטיינדעלעך וואס האסט אלס אריינגעכאפט און בוי דיר אויף שוהל הערליך שיין, כלשון פונעם פריערדיגן עירמאונט'ע רב.
צוויי #דו קלערסט אז 1357 איז די טאטאל פון אלע 12 יאר? איך גלייב ס׳איז מן הסתם די סך הכל וואס זענען נאך יעצט רעגיסטרירט (נישט אריינגערעכנט אלע אלטע ניקים וואס פלעגן דא שרייבן אין די ערשטע יארן)צום געזעגענגען לייג איך ארויף די יעצטיגע סטאטיסטיקס פונעם שטיבל
563820 הודעות בסך הכל • 15953 אשכולות בסך הכל • 1357 באניצער בסך הכל
בְּתוֹךְ עַמִּי #הערליכע רירנדע ווערטעראונזער אלעמען באקאנטער און באליבטע ניק ׳שעפטאל׳ מיט וועם כ׳האב געהאט די זכי׳ זיך צו באקענען אין ריעל לייף ביי א טיי צערעמאני, האט מיר געשריבן דאס פאלגענדע:
* * *
טייערע בתוך עמי פליז לייג ארויף די קומעדיגע שורות אין ק"ש אין דעם מנהל'ס געזעגענונג'ס אשכול אינעם נאמען פון שעפטאל. מיין ניק איז שוין אויסגעשפארט פאר א שטיק צייט אבער כ'וויל זיך באדאנקן.
שכח
--
אל מעלת כבוד המנהל שליט"א
דא שרייבט שעפטי א הארציגע דאנק פאר אלעס וואס דו האסט געטוהן.
טראץ די אומאנגענעמליכקייטן צעווישן אונז איז דאס אוואדע נישט פערזענדליך. און כ'האב באמת הכרת הטוב.
די מנהל איז אויך א מענטש מיט א שטוב און קינדער, איינער מיט געפילן. אריין לייגן אזוי פיהל כוחות אין א סייט איז ווייט פון גרינג.
וואס איך האב אלץ קונה געווען אין דעם מקום וועלך מיטנעמען פאר אייביג.
ווען כ'האב אנגעהויבן שרייבן אין ק"ש בינעך געווען אין זייער א שווערע פאזע אין מיין לעבן. מיט די אומגעהויערע טראומא וואס כ'בין אריבער אין מיין לעבן איז ק"ש געווען די איינציגסטע פלאץ ווי כ'האב גערעדט אפן און געוועזן "זיך".
ב"ה מיט די הילף פון די עלטערע חברים וואס כ'האב דא געטראפן בינעך געשטעלט געווארן אויפן פוס מער און מער, ביז כ'האב ב"ה לעצטענס אריין אין די קומעדיגע פאזע אין מיין לעבן.
כ'גיי זיך בענקן נאך דיר! דיין שרייבן איז עפעס אויסטערליש! דיין הומער! איי! ס'געווען גוטע צייטן!
איינוועגס וויל איך דערציילן אן אפיזאד מעניינא דיומא לעצטע יאר אין די צייטן וואס כ'בין געווען "ציווישן וועלטן" האבעך געווערטלט אויף תשעה באב אז איך פאסט נישט.
כ'האב שפעטער נאכגעהערט אז געוויסע האבן געהאלטן אז די מנהל דארף אריין קומען זאגן, און סטראשענען. אבער די מנהל האט גענטפערט ס'דארף קומען נאטירלעך פון די שרייבער'ס.
כ'בין דיך דאנקבאר פארן שוינען אויף מיין כבוד, ס'איז דאן געווען זייער א האקעלע צייט פאר מיך.
כ'זעה נישט ווי מיין לעבן וואלט זיך אנגעהויבן רירן אהן ק"ש.
האסט מקיים געווען אן עולם מלא! אלע מיינע קומעדיגע דורות זענען אויף דיין זכות קאנטע פארן האלטן דעם פלאץ!
די אייבישטער זאל אנפיהלן דיין משאלות לבך לטובה. זאלסט זיין געבענטשט בכל מילי דמיטב.
עושר ואושר, כבוד ונחת!
שעפטי
דיכטער #איך שפיר די זעלבע... מצטרף לדבריך...קוים וואס איך בין געקומען, קוים אפגעשריבן אפאר ווערטער, קוים זיך באקענט מיט א וועלט פון ענדלאזע רייכטום. שוין מוז איך פארלאזן, שוין מוז איך זיך געזעגענען, שוין מוז איך גיין.
חבל על דאבדין ולא משתכחין...
איך וויל דא נעמען דעם לעצטן געלעגענהייט, אפצוגעבן מיין טיפסטע דאנק פאר אלע וועלכע בלויז אין זייערע זכות האב איך אזוי פול איינגעקויפט און איינגעהאנדלט.
יישר כחכם!