דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 9:23 pm#59880
דער כלל איז אז דער גוף זאל וואס ווייניגער ארויסשטארטן, עס זאל זיין וואס ווייניגער בולט.
חאצקלדער כלל איז אז דער גוף זאל וואס ווייניגער ארויסשטארטן, עס זאל זיין וואס ווייניגער בולט.
קען זיין אז אין די געגנטער וואו "יעדער"" גייט שטארק געפאסט אדער גאר האלב אויפגעדעקט אבער מיט א באשיידנקייט און פראקטישער מאטיוו, וואלט עס אפשר געווען מותר עפ"י הלכה. אונזערע פרויען אבער אויב גייען זיי געפאסט אדער גאר האלב אויפגעדעקט וועט עס זיין רייצנד ווייל רוב פון אונזערע פרויען ווילן צייגן אטראקטיוו מיט וואס אימער זיי גייען אנגעטון.
חאצקלאיך ווייס נישט, אבער עס איז א באקאנטער פאקט אז בדרך כלל וואס מער געפאסט די קליידער זענען און וואס מער די בליטות זעען זיך אן אלס מער רייצנד איז עס. איך זאג נישט אז עס איז פונקטליך אזוי ביי יעדן אבער אזוי איז עס בדרך כלל.
מעגליך אז אין די אור אלטע צייטן איז א סעקסי לבוש געווען דוקא פארקערט, מיט וואס מער ברייט פארשפרייטע קליידער מיט לאנג צינענדע שאליקעס (ווי למשל א לאנגע דאסטער) וואס איז אוועק געשטעלט געווארן אויף אן אופן צו ציען מענטשן, אבער דאס איז זיכער אז היינט איז א געפאסטע קלייד דער לבוש וואס ציט מענער און האט א דירעקטער סעקסואלער מאטיוו.
ביסט טאקע גערעכט אז ס'איז נישטא קיין כלל, אבער איך פארשטיי אז טאמער זענען היינט געפאסטע קליידער דאס וואס רייצט אן איז זעלבספארשטענדליך אז דאס איז אומ'צניעות'דיג. ווייל צניעות באדייט באשיידן און יעדער זאך וואס רייצט אויף מענער איז קעגן באשיידנקייט און היינט איז געפאסטע קליידער איינע פון די רייצנדע זאכן
קען זיין אז אין די געגנטער וואו "יעדער"" גייט שטארק געפאסט אדער גאר האלב אויפגעדעקט אבער מיט א באשיידנקייט און פראקטישער מאטיוו, וואלט עס אפשר געווען מותר עפ"י הלכה. אונזערע פרויען אבער אויב גייען זיי געפאסט אדער גאר האלב אויפגעדעקט וועט עס זיין רייצנד ווייל רוב פון אונזערע פרויען ווילן צייגן אטראקטיוו מיט וואס אימער זיי גייען אנגעטון.
חאצקלאיך גיי נישט אריין גיין אינעם ווערטליכן טייטש פון צניעות, אבער דער רעיון פון צניעות אז פרויען זאלן נישט צייגן צו רייצענט איז א אידישליכע און איז זעלבסט פארשטענדליך.
באשטעטיגט
איך מיין אז אז א קלייד וואס פאסט גיט -איז שיין ,אין אמת א שיינע פרוי קען רייצען ,דאס מיינט נישט אז זי איז נישט צניעות, פאר א סיבה מעג מען נישט קיקען אויף א פרוי. צניעות מיינט וואס ווייניגער דרייען אין די גאס (כמבואר בשו"ע)וואס דאס איז שווער היינטיגער טעג.
איחוד פעלדווער ווייסט סוועט אמאהל קומען א צייט וואס די גאר פרומע וועלען זיך לאזען אפערירען אוועק צונעמען דער בליטה אזוי עס זאל אזוי פלאך ווי א זכר, דאס וועט זיין די העכסטע מאס צניעות.
איך אויךאיחוד פעלדווער ווייסט סוועט אמאהל קומען א צייט וואס די גאר פרומע וועלען זיך לאזען אפערירען אוועק צונעמען דער בליטה אזוי עס זאל אזוי פלאך ווי א זכר, דאס וועט זיין די העכסטע מאס צניעות.
אין אפריקע טוהט עס די מאמע אויף אירע טעכטער מיט א הייסע אייזן.
דעת יחידאה
אינטערעסאנט אז אויף hebrewbooks און אויף אוצר החכמה איז נישט דא די ספר אור המאיר פון דער זיטמערער מגיד אז איך האב עס נישט אין פראנט פון מיר וועל איך שרייבן בערך אויף אידיש און מען קען עס אליינס נאך קוקען, אין פרשת חיי שרה שטייט א מורא'דיגע ענין וועגן דער מעזריטשער מגיד אז ער איז געווען א מלמד און עס איז אריין געקומען א פרוי וואס איז געגאנגען ארויס גשטעקט די ברוסט קאסטן און אויף געדעקט ביז די הארץ ווי עס איז געווען דער שטייגער, און וואס דער רבי רבי בער פון מעזריטש האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי ממאס צו זיין אזא פרוי.
מיימוןנישט געוועזן מיין פרוצה...זי איז נישט געווען א זונה נאר א אשת האדון (גראף, אדער "פריץ" בלשונם, ומזה פרוצה). וואס איז געגאנגען אנגעטון ווי דער סטייל. ביזט אבער גערעכט מיט מקום הדדין, עס קען זיין אז דער אויבערמלבוש איז געווען אויפגעדעקט דער מקום הדדין. ויש (או אין) לעיין בתמונות משנים קדמוניות.
נאך א פשטאיך גיי נישט אריינגיין אין די פרטים פון יעדע בגד וואס איז יא על פי הלכה און וואס נישט. די פוינט איז, אז היינטיגע גויטע'שע קליידער זענען (כמעט) אלע געמאכט געווארן אויף אן אופן וואס שרייט ארויס 'שכבה עמי'.
מי אני[ציטאט אראפגענומען]
אינטרעסאנט אנצומערקן אז רש״י אין ברכות י: זאגט אז הוד יפיה [של אשה] זענען אירע דדים ע״ש.