Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » פארוואס איז עס פארשפארט??

פארוואס איז עס פארשפארט??

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 58 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1812
דינסטאג אפריל 19, 2016 4:27 pm#330071
Re: פארוואס איז עס פארשפארט??
היתּכן? קודם כל דאַכט זיך איז שוין אמאל געווען דא א רעדע דערוועגן אז ס'האט נישט קיין פּשט אריבערצופירן אן אשכול טיף אינמיטן א דיסקוסיע, און אזוי אויך איז עס נישט קיין יושר פאר די וואס האבן זיך שוין באטייליגט.

והשנית, ווי קומט דא אריין מאחורי? מ'האט גערעדט דא פונעם ריינעם הלכה'שן שטאַנדפּונקט, אין אזא פּלאַץ ווי מ'שרעקט זיך נישט ארויסצולייגן גאַנץ תורת משה נאַקעט אויפן טיש, פארלירט מען זיך פון א שטיקל אבן העזר?
דינסטאג אפריל 19, 2016 4:33 pm#330074
Re: פארוואס איז עס פארשפארט??
כ'געב אים גערעכט.

אין העמק דבר זענען פארהאן זאכן וואס קענען פיהל מער שאטן ווי די פאר הלכה'לעך וואס 'יעדער' וואס האט צוטריט צו ק"ש ווייסט ממילא, ואעפ"כ צוליב 'פרייהייט פון ווארט' מונחת בקרן זווית וכל מי שרוצה לקרוא יבא ויקרא!

קוקט אויס אז נאך אלעם זענען מיר נאך אלס איין שטיק 'סיסטעם' און יעדעס מינדעסטע רמז פון די ענינים איז שוין טאבו.
דינסטאג אפריל 19, 2016 4:40 pm#330076
ווייל ס'דרייען זיך דא בחורים שלא טעמו טעם שכל מעולם
דינסטאג אפריל 19, 2016 4:53 pm#330080
דעמאלס אפשר נאך בין הזמנים קען מען עס צוריקשטעלן :P

ערנסט גערעדט, וועט מען אפשר אפטיילן די חלק תגובות וואס באלאנגען אהין, און די קלענערע העלפט צוריקלייגן צווישן די צוויי מצות.
דינסטאג אפריל 19, 2016 4:58 pm#330081
אפשר זאל מען אפטיילן נאר די חלק הלכות אבן העזר.
גראדע האב איך נישט קיין צוטריט צו מאחורי, כ'האב שוין געהאט עטליכע מאל און אראפגעפאלן, אזוי ס'מיר פארלוירן די אפעטיט.
דינסטאג אפריל 19, 2016 5:17 pm#330087
נהורא נפישא האט געשריבן: כ'האב שוין געהאט עטליכע מאל און אראפגעפאלן, אזוי ס'מיר פארלוירן די אפעטיט.

שבע יפול צדיק וקם. וויאזוי פארלירט מען כסדר צוטריט?
דינסטאג אפריל 19, 2016 5:21 pm#330089
איך ווייס נישט, דער אמת איך פלעג נישט קיין סאך שרייבן אדער ליינען ספעציעל. נאר איינמאל איז ארויס א גזירה אז אויב שרייבט מען נישט כסדר פליט מען אראפ, און יעצט בין איך ווידער אראפגעפלויגן.
אקעי נישט אזוי פיל מאל, ס' איז די צווייטע מאל. איך גלויב איך בין נישט די איינציגסטע.
דינסטאג אפריל 19, 2016 5:26 pm#330090
נו, זאל די אייבישטער העלפן אז מאחורי זאל נאך היינט אויפגעלויכטן ווערן מיט א נהורא נפישא אנס"ו.