Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

קאווע שטיבל • אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8512
דינסטאג מערץ 24, 2015 12:09 am#261098
יא מא מיי, יא מא מיי, יאיי מאיי מאיי מאיי...

לעבעדיג...
דינסטאג מערץ 24, 2015 12:10 am#261099
איך צייל ביז 3, אז גנדי'ס ארטיקל איז נישט צוריק, עפען איך א נייע פארום (נאך 8 תגובות קען מען שוין אריין מאחורי! Discount expires in 10 days)
דינסטאג מערץ 24, 2015 12:13 am#261103
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מיר דארפן נישט קיין ברייטע ציבור מיט שמאלע מוחות, מיר דארפן א שמאלע ציבור מיט ברייטע מוחות.

קוק שוין ווער עס רעדט דא! ווער איז נעקסט, קופערניקוס?
אז דו ביזט נישט צום געפינען דא פאר א מלוגמא ווי גרויס דער יאר איז, נאך א גאנצע פראסטיגע ווינטער אן קיין חמין במוצ"ש, וואס ווילסטו? צו קריטיקירן איז ער פלוצים דא.....
דינסטאג מערץ 24, 2015 12:59 am#261125
אסף המזכיר האט געשריבן:ווי ס'ווערט געברענגט פון מרן הקדוש בעל ייטב לב זי"ע אויפ'ן פסוק "אשר יוציאם ואשר יביאם", אז א מנהיג דארף וויסן וואו איין און וואו אויס.


דוכט זיך אז אזא ייטב לב איז נישטא, אבער ס'איז גוט...
דינסטאג מערץ 24, 2015 1:21 am#261136
איך בין ערשט יעצט אנגעקומען און באמערקט די גאנצע סומאכטוכע. ס'איז ביי מיר כמעט ברור אז איינער האט דא אינזין עפעס זייטיגע חשבונות. צו מען וויל דא זען די רעאקציע פון דעם עולם, אדער סתם מאכן אביסל לעבעדיג אין א פארשלאפענע תקופה. איך ווייס נאר נישט פונקטליך ווער שטייט הינטער דעם און וואס. און דא קומען מיר צוריק צו די ווייען פון ווירטואלע רעאליטעט, וואו יעדער קען פירן יעדן ביי די נאז.
דינסטאג מערץ 24, 2015 1:24 am#261137
פארפאלן ס' גיט געלונגען. די עולם גייט באנאנעס די הנהלה האט געוואלט מאכן א עפריל פולס וויץ אז אפילו די זקנים פונעם שטיבל זאל כאפן דאס קדחת חחח
Wow!!
דינסטאג מערץ 24, 2015 1:28 am#261139
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
טאמס אפ פאר אספ'ן געוואלט ווייזן וואס ער קען בראשית פון זיין קאריער, און אהערגעשטעלט 10 נייע אשכולות אין 2 שעה
דינסטאג מערץ 24, 2015 1:29 am#261141
איך וועל נישט זיין שאקירט צו הערן אז דאס האט גנדי אליין אונטערגעשטעלט מיטן דירעקטן ציל צו ציען מער אויפמערקזאמקייט צו די נושא #טיפיקעל
דינסטאג מערץ 24, 2015 1:39 am#261154
איך וויל גראטולירן @איך אויך פארן זיך האלטן צום פראטאקאל פין דעם שפיל ביז צום לעצטן מינוט.
דינסטאג מערץ 24, 2015 1:43 am#261159
העי די לעצטע מינוט איז נאך ווייט אוועק.
דינסטאג מערץ 24, 2015 2:07 am#261174
איך אויך האט געשריבן:העי די לעצטע מינוט איז נאך ווייט אוועק.


איך האף עכט אז נישט נאר מען וועט שנעל עכט קלארשטעלן וואס דא גייט פאר
דינסטאג מערץ 24, 2015 2:14 am#261178
מיינסט טאקע אז ביי נאו ווייסט נאך איינער וואט די העל איז גאוינג אן? זעהסט נישט ווי אלע גארדס זענען אנטלאפן פונעם וואכטורעם? עולם זייטס אייך מחזק די בריטישע קומען שוין אט אן.
דינסטאג מערץ 24, 2015 2:16 am#261179
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
The Wall Street Journal reports there are talks of a merger between Ivelt.com and Kaveshtiebel.com.
חחח איך נעם מיר א גרינע
דינסטאג מערץ 24, 2015 2:33 am#261185
זייער גיט האט דער מזכיר געטוהן, ווי דער ייטב פנים טייטשט הוא אשר דיבר, דער קען זיין א מנהיג, שמר לקדשו מבואו ועד צאתו אז מ'מאכט וויצן צו פירן דעם עולם קטן'ען. שרייבט ער אויף א פלאץ היום יצאתי והיום באתי, אז א מנהיג איז דער וואס איז מכניס ואינו מוציא, תנא הוצאה נמי הכנסה קרי ליה, און ווי ס'שטייט קלאר אין רב טוב אילו הוציאנו און אילו הכניסנו, מ'דארף וויסן ווען צו מאכן א וויץ און ווען צו אפשטעלן.
דינסטאג מערץ 24, 2015 2:36 am#261186
איך בין מסכים מיט יאיר. ס'שמעקט פון א ליצנות-געשעפט.
דינסטאג מערץ 24, 2015 3:09 am#261188
פלאוויוס האט געשריבן:
איך בין מסכים מיט יאיר. ס'שמעקט פון א ליצנות-געשעפט.


דער גבאי זאגט נישט עס שמעקט! דאס איז פאר די עמך אידען, די גבאי זאל זאגען קראנט וואס דאס גייט פאר דא אזאנס!
דינסטאג מערץ 24, 2015 6:40 am#261190
ווער רעדט פון שמעק דא. כ'קעניש שלאפן.
דינסטאג מערץ 24, 2015 8:11 am#261198
איינער איז הינגעריג?
דינסטאג מערץ 24, 2015 9:35 am#261221
wow קאווע שטיבעל ימח שמו. א מין אויסדריק
Capture.PNG
Capture.PNG (50.62 KiB) געזען געווארן 2043 מאל
דינסטאג מערץ 24, 2015 9:46 am#261228
ATUB @שלמה המלך ATUB , די מנהלים שמועסן נישט דורך זייערע פונקציעס מיט די גבאים. אויסער דער מעגליכקייט פון רעדאגירן האב איך גארנישט... (כ'רעד מיך חלילה נישט אפ. רעדאגירן איז גאנץ א שיינער כיבוד, אבער ווייסט דאך, ווען איך קען אליין פארשליסן אשכולות אז ס'זאל דונערן וואלט זיכער געווען מער קנאק.)
דינסטאג מערץ 24, 2015 10:19 am#261254
יאיר האט געשריבן:.און דא קומען מיר צוריק צו די ווייען פון ווירטואלע רעאליטעט, וואו יעדער קען פירן יעדן ביי די נאז.

פון די אנדערע זייט האב איך געטראכט אזוי: דא האמיר געהאט ווי די הנהלה האט אוועקגענומען בלויז איין ליצנות אשכול און קוק וואס ס'איז געשעהן, א האלבער עולם האט נישט געגלייבט און די אנדערע האלב האבן פראטעסטירט און רעוואלטירט, פון קיינעם האט מען נישט געהערט קיין נעשה ונשמע'ס. יעצט שטעל דיר פאר וואס איז געווען ביים מעמד הר סיני ווען משה האט אונז אנגעזאלצן מיט א תרי"ג מצוות.. , האמיר דא יסודות אין אמונה 3: גנדי
דינסטאג מערץ 24, 2015 11:22 am#261278
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
פלאוויוס האט געשריבן:איך בין מסכים מיט יאיר. ס'שמעקט פון א ליצנות-געשעפט.

שמעקן שמעקט דאס טאקע אזוי. מיר, די פשוטי עם, מוזן אבער אויסדרוקן פראטעסט אפגעזען די ריכטיגע מאטיוון. שטעלט ענק פאר די רעגירונג שטעלט איין אפערהייד – פאר א וויץ, פאר עטליכע שעה/טעג. מ'מוז תמיד זיין אויף דעם אלערט צו קעמפן פאר פולשטענדיגער דעמאקראטיע, סאציאלער גלייכהייט און יוסטיץ. אויב זאל מען שווייגן וועט מען זאגן מדשתקו רבנן, און קומענדיג מאל אויב ס'וועט זיך מאכן א שטיקל שאלה צווישן דער הנהלה איבער א געוויסער טעמע איז מסתבר צו זאגן אז ס'וועט אנקומען פיל גרינגער פאר זיי נוטה צו זיין לחומרא מיט דעם חשבון אז דער עולם איז סיי ווי באקוועם מיט סיי וועלכן באשלוס ס'ווערט געפאסט דורך דער הנהלה. אין יעדן פאל טארן מיר נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט ווען א בא'חנ'ט אשכול'ע שלא טעם טעם חטא ווערט אזוי טראגיש פארשניטן אין א יונג עלטער, און מצד דער הנהלה קומט אן אנטווארט אז דאס איז א בייזוויליגע טעראר אטאקע, און אז די אכשר-דרא טעראר גרופע נעמט פאראנטווארטליכקייט. די וועלט מוז וויסן אז יא, ס'איז נאך פארבליבן א קליין הייפעלע מיט אידן אשר לא כרעו לבעל, אידן וועלכע דערשרעקן זיך נישט פון די אלע הסתרות שבתוך הסתרות. מיר וועלן קעמפן פאר א ספק קבר ספק איד; ספק צענזור ספק ערענסט. מיר ווייסן טאקע נישט די חשבונות פון אויבן, באריסטא ומשרתיו ויוצר משרתיו, און ווער ווייסט גאר צי דער שר "אסף" איז נישט באשאפן געווארן פון אונזערע עבירות ר"ל. תשובה טאן ברויך מען זיכער.
דינסטאג מערץ 24, 2015 11:32 am#261280
יואב דיין פעדער איז בריליאנט!!!
א מין שפראך דאס.
דינסטאג מערץ 24, 2015 12:08 pm#261295
בקיצור יעדער איז מסכים אז אייוועלט עליך

ATUB @המלובה ATUB יו גאט איט :like :like
דינסטאג מערץ 24, 2015 12:15 pm#261297
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
איך האלט עס איז צייט צו מעסטן די וואסערן,
זאל איינער ארויסשטעלן א זאפטיגע אנטי-סיסטעם ארטיקל מיטן פולע שארפקייט, און לאמיר זען אספ'ס רעאקציע,
דינסטאג אפריל 28, 2015 12:17 pm#270518
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
אז לעיקוואוד איז נישט אין דער גדר, ווער יא? אם בארזים נפלה שלהבת, מה יענו אזובי קיר?