Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

קאווע שטיבל • אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8512
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:59 pm#261007
חקרן האט געשריבן:ווער האט אנגעהויבן? - ס'איז געשען ווען דער רבי איז ארויס פון קלאס און ער האט גע'... - ניין, ער האט קודם אנגעהויבן, ווייל ער האט געציפט, ווייל ער האט נישט געוואלט געבן ריסעס...

דער רבי אין חדר וואלט געזאגט: גייט'ס ביידע צוריק אויפן פלאץ...


דעס איז א גאנגבארע תגובה אין איי וועלט......
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:59 pm#261008
איך אויך,

:lol: :lol: שכויח, כאטש איינער מאכט זיך וויסענדיג פון מיר. אגב, ווארט איך נאך פאר דיין ענטפער. כ'האב גענומען א בענקל.
מאנטאג מערץ 23, 2015 10:01 pm#261009
טאמבל סאס האט געשריבן:אדער ברענגטס ארויס אלע געמעקטע תגובות זיינער פון מיסט קאנע. לאמיר אלע האבן א גוטן לאך.

יעפ ברענג ארויס אלעס ב''ה כ'האב מיך נישט מיט וואס צו שעמען. ואגב עס איז מיר אינטרעסאנט אויב אפטער רב גייט באקומען א אזהרה פאר זיין עקלדיגע אישי ווייל איך האב נישט לאנג צוריק באקומען איינס ווען ניטאמאל בין איך געווען דער אינציאטער נאר יענער האט געשיקט עפעס ענליכס צו וואס אפטע האט יעצט געטוהן און אויף מיין 'תשובה' האב איך באקומען א ווארענונג בעוד יענער האט מען גארנישט געטוהן.

און יע 'קעלנער' איז געווען דער ווארענער ,איך וואלט געוען מער ווי גרייט ארויסצושטעלן אונזער אישי אויסטויש וירא הקהל שוחרי האמת וישפוט (דער וואס איז סתם געטריבן פון שנאה זאל עס ביטע איגנארירן).
מאנטאג מערץ 23, 2015 10:03 pm#261010
דו חולם, איך האב געזען דו ווילסט אזוי שטארק זיך טרעפן האב איך געזוכט א תירוץ פארוואס איך קען דיר געטרויען; צוריקקומענדיג יעדע פאר מאנאטן א קוק טאן אויב קאווע הויבט שוין אן ווייזן צייכענעס. אבער וואס, א נעכטיגן טאג.

ווער דו ביסט - האב איך דאך געקענט ווארטן ווען מ'טרעפט זיך. וואס דו ביסט? - דאס יא... איך דארף נישט אז מארגן זאלסטו מיר אריינרופן אין הנהלה אפיס און ארויסווארפן מיינע קינדער פון חדר וויבאלד איך האב די זעלבע סמארט פאון ווי דיר - אין טאש.

אט אזוי - טוכעס אויף'ן טיש, ביצה אויפ'ן קערה.

קענסט מיר רופן ידידי, וואטעווער דעט מיענס פאר א פריינדשאפט צווישן צוויי ניקס אויף א אנליין פארום.
מאנטאג מערץ 23, 2015 10:04 pm#261011
איך אויך האט געשריבן:ב''ה איך האב גענוג אויפריכטיקייט אין מיר צו אויסדרוקען הסכמה און לייקן אפילו אזא איינער מיט וועם איך אגרי זעלטן (אינקלודינג אפטע).

מיט וואס דיסעגריסטי למשל? :o
מאנטאג מערץ 23, 2015 10:07 pm#261013
איך בין פשוט צומישט.

לכתחילה האב איך עס געשריבען און די לאנגע אשכול פון אכשר דרא מוסדות צעטליך.

נאכדעם האב איך זוכה געווען ס׳זאל ווערן א נייע אשכול. (כ׳האב נאך קיינמאל נישט אנגעהויבען א נייעם אשכול און באקומען תגובות)

נאכדעם האט מען פארשפארט פאר נייע תגובות.

און יעצט איז עס פארשווינדען געווארן.

זאל איך מוחה זיין? אדער מען וועט מיר זאגן אזוי ווי די מוסדות׳ער. געפעלט דיר נישט החלטות פון די הנהלה. זוך דיר א נייעם פלאץ...
מאנטאג מערץ 23, 2015 10:11 pm#261014
יע זעהסט דאך וואס מען טוהט מיט מיר. עפעס זאכליך תשובה איז נאכנישט געשריבן געווארן אפילו א האלבע ווארט אבער אפפערס איך זאל נעמען א הייק עיניך רואות וויפיל כ'האב אריינגעכאפט.
סאו היזהר לך פן.
מאנטאג מערץ 23, 2015 10:14 pm#261015
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
פופציג פראצענט פון דיינע אשכולות האבן תגובות
מאנטאג מערץ 23, 2015 10:39 pm#261025
נו, עטס זענט איינגעשלאפן? - איך האב זיך געהאלטן ביי די זייטן, זיך מחיה געווען... וואס וועט מיר יעצט אויפהאלטן?
מאנטאג מערץ 23, 2015 10:42 pm#261026
סאררי כ'האב הויך פיבער ,מארגן עלעווע איז דיר אויך גוט?
מאנטאג מערץ 23, 2015 10:57 pm#261030
@איך אויך יעצט אז דו האסט סטרעפ מיט פיבער און מען באפאלט דיך פון אלע זײטן, ביזט שוין אלמאסט אינגאנצן
אינטן גײט זיך די ראד אבער דרײען און דײן מזל װעט אן הײבן צי שײנען. :D :D

א רפואה שלימה. סיריעסלי.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:01 pm#261035
א גוטן כבוד חברי "קאווע שטיבל"

מיר שפירן א פליכט אויסצוקלארן וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין שטיבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס פולסטער קאאפעראציע און פארשטענדעניש.

ווי איר ווייסט זענען לעצטנס אריינגעקומע פרישע כוחות אין דער פירעשאפט פון קאווע שטיבל. באלד מתחילה האבן מיר געשטעלט אלס א הויפט ציל נענטער צו ברענגען "קאווע שטיבל" פאר'ן אלגעמיינעם ציבור, און זעען מיט וואס מ'קען העכערן אונזער ניווא אז אונזער בית וועד לחכמים זאל זיין א דבר השוה לכל נפש וואו יעדער חרדישער איד זאל זיך קענען טרעפן דאס פלאץ.

א ווענדפונקט איז געקומען ווען דער אשכול פון חברינו ATUB @גנדי ATUB האט אנגעמאכט א שטורעם און האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי פילע היימישע אידן, הלמאי מ'לאזט צו אז מ'זאל אזוי פרעך חוזק פון די תקנות פון די היימישע מוסדות אין וועלכע עס ווערן נתחנך אונזערע קינדער על דרך ישראל. קריטיק אקעגן אונזער זייט האט נישט אויפגעהערט צו שטראמען מיט א פארלאנג אז אז דאס זאל נישט טאלערירט ווערן.

מיר זענען דא צו ערמעגליכן א שופר פאר'ן יעדן חרדישן איד און מיר זוכן ווי ווייניגער צו צוימען דאס פרייהייט פון אויסדרוק, אבער אין דער זעלבע צייט דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז מיר האבן גענומען אויף אונז דעם ציל צו פארזיכערן א העכערער ניווא פאר'ן שטיבל וואס זאל גאראנטירן אז דאס פלאץ זאל האבן א קיום לאורך ימים, און זאל ווערן אקצעפטירט ביים ברייטן אלגעמיינעם ציבור, און ווי ס'ווערט געברענגט פון מרן הקדוש בעל ייטב לב זי"ע אויפ'ן פסוק "אשר יוציאם ואשר יביאם", אז א מנהיג דארף וויסן וואו איין און וואו אויס. דעריבער האבן מיר אויף צייטווייליג אראפגענומען דעם אשכול. מיר האבן נאך נישט באשלאסן קיין ענדגילטיגע החלטה אויף דער טעמע און וויאזוי מיר וועלן באהאנדלען ענליכע פעלער אין דער צוקונפט. מער דעטאלן וועלן מוזן נאכפאלגן בקרוב, ווי נאר עס וועט געפאסט ווערן א באשלוס צווישן די מנהלים.

א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:06 pm#261036
וואס מיינט מער אקצעפטירבאר, אז משומר וועט מער נישט בלאקן ק''ש?
און איז דאס דען די ערשטע מאל וואס א אשכול רייסט אראפ אדער מאכט חוזק פון מוסדות אדער רבנים? פארוואס פונקט יעצט הערן זיך מחאות
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:07 pm#261037
ברייטן אלגעמיינע ציבור???? זייט ווען איז דער אלגעמיינע ציבור ברייט?
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:10 pm#261038
יא, ס'הויבט שוין ענדליך אן צו ווערן א פאני וויץ.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:10 pm#261039
מאכט א פי די עף פון אספ'ס ווערטער, מען זאל עס נישט קענען פארלייקענען.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:10 pm#261040
It's the beginning of the end...
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:11 pm#261041
קאווע טרינקער האט געשריבן:ברייטן אלגעמיינע ציבור???? זייט ווען איז דער אלגעמיינע ציבור ברייט?


קאווע... איך ווארן דיר, לייג צוריק דיינע פריעדיגע ווערטער...
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:12 pm#261042
לאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלאלאללאלאל!!!!!!!! :lol: :lol: :lol:

וואס מיינסטו, מ'קען דא טרייבן אפריל פולס ליצנות מיט'ן עולם?! גיהנום נישט!!!

l viewtopic.php?f=4&t=6205&p=193930#p193930 l
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:17 pm#261044
מזמור לאסף, אלקים, באו גוים בנחלתיך, טמאו את היכל קוויך...היינו חרפה לשכינינו, לעג וקלס לאיבה"לטיינו.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:18 pm#261045
קינה לאסף מבעיא לי'
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:19 pm#261046
מיר דארפן נישט קיין ברייטע ציבור מיט שמאלע מוחות, מיר דארפן א שמאלע ציבור מיט ברייטע מוחות.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:22 pm#261049
אסף המזכיר האט געשריבן:א גוטן כבוד חברי "קאווע שטיבל"

מיר שפירן א פליכט אויסצוקלארן וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין שטיבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס פולסטער קאאפעראציע און פארשטענדעניש.

ווי איר ווייסט זענען לעצטנס אריינגעקומע פרישע כוחות אין דער פירעשאפט פון קאווע שטיבל. באלד מתחילה האבן מיר געשטעלט אלס א הויפט ציל נענטער צו ברענגען "קאווע שטיבל" פאר'ן אלגעמיינעם ציבור, און זעען מיט וואס מ'קען העכערן אונזער ניווא אז אונזער בית וועד לחכמים זאל זיין א דבר השוה לכל נפש וואו יעדער חרדישער איד זאל זיך קענען טרעפן דאס פלאץ.

א ווענדפונקט איז געקומען ווען דער אשכול פון חברינו @גנדי האט אנגעמאכט א שטורעם און האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי פילע היימישע אידן, הלמאי מ'לאזט צו אז מ'זאל אזוי פרעך חוזק פון די תקנות פון די היימישע מוסדות אין וועלכע עס ווערן נתחנך אונזערע קינדער על דרך ישראל. קריטיק אקעגן אונזער זייט האט נישט אויפגעהערט צו שטראמען מיט א פארלאנג אז אז דאס זאל נישט טאלערירט ווערן.

מיר זענען דא צו ערמעגליכן א שופר פאר'ן יעדן חרדישן איד און מיר זוכן ווי ווייניגער צו צוימען דאס פרייהייט פון אויסדרוק, אבער אין דער זעלבע צייט דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז מיר האבן גענומען אויף אונז דעם ציל צו פארזיכערן א העכערער ניווא פאר'ן שטיבל וואס זאל גאראנטירן אז דאס פלאץ זאל האבן א קיום לאורך ימים, און זאל ווערן אקצעפטירט ביים ברייטן אלגעמיינעם ציבור, און ווי ס'ווערט געברענגט פון מרן הקדוש בעל ייטב לב זי"ע אויפ'ן פסוק "אשר יוציאם ואשר יביאם", אז א מנהיג דארף וויסן וואו איין און וואו אויס. דעריבער האבן מיר אויף צייטווייליג אראפגענומען דעם אשכול. מיר האבן נאך נישט באשלאסן קיין ענדגילטיגע החלטה אויף דער טעמע און וויאזוי מיר וועלן באהאנדלען ענליכע פעלער אין דער צוקונפט. מער דעטאלן וועלן מוזן נאכפאלגן בקרוב, ווי נאר עס וועט געפאסט ווערן א באשלוס צווישן די מנהלים.

א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.

איים סארי. אבער שטותים האט אויך א גבול, און ווארטן א גאנצער טאג פאר אזא לעכערליכן אנטווארט איז עקסטרימלי דיסעפוינטינג. איך מיין אז "גנדי-געיט" איז דער סקאנדאל פונעם יאר.

ביטע קומט ארויף מיט א גאנצער ליסטע פון זאכן וואס טארן נישט געשריבן ווערן דא אין שייכות מיט דעם ייטב לב'ס מאמר איבער וויאזוי א מנהיג זאל זיך אומגיין. אשאד מ'זאל זיך פלאגן צו שרייבן און ס'זאל נעלם ווערן צוליב פרישע אומבאקאנטע כוחות און מיסטעריעזע שטרעבונגען.

פאר ווער ס'האט נישט מיטגעהאלטן. ידידנו גנדי האט געשריבן אן ארטיקל אין "שמייכל"  פארום. דארט האט ער געשריבן איבער תקנות וועלכע באלאנגען "דערווייל" נאך אין שמייכל פארום. ס'איז פארשווינדן געווארן פון דער אויבערפלאך ווי דער מאליעזער פליגער, מיט דעם חילוק אז דא נעמט כאטש עפעס א נייער אומערוועלטער אפישעל פאראנטווארטליכקייט.

בכלל האלט איך אז אפילו אויב זאל אלעס זיין ווי דער חשוב'ער גבאי זאגט, וואלט מען געמעגט מודיע זיין דעם עולם פאר'ן אוועקנעמען. אויך מוז מען פארשטיין פארוואס אזא סטעיטמענט האט גענומען אזוי לאנג צו קומען.

א חרפה און א בושה.

נב. אויב עפענט זיך א נייעם זייטל, נישט מיט אזויפיל ניבול פה און קטנות ווי פאליש, אבער מיט געשאנקענער פרייהייט פון ווארט, בעט איך מ'זאל מיר מודיע זיין. תודה למפרע.

# גנדי-געיט, #NoJusticeNoPeace.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:23 pm#261052
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מיר דארפן נישט קיין ברייטע ציבור מיט שמאלע מוחות, מיר דארפן א שמאלע ציבור מיט ברייטע מוחות.




קוטשמעס שטײען נישט גוט אויף ברײטע מוחות.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:25 pm#261053
קאוועניו, פארוואס האסטו אויסגעמעקט דיין תגובה?
שוין לאנג נישט געזעהן אזא קורצע זאכליכע תוכנ'דיגע תגובה... כהאב דיר געוואלט לייקן און אפפס סאיז נישטא.
חבל חבל על האי שופרא דבלי בארעא, אזא שיינע בלימעלע אזוי פריצייטיג פארשניטן געווארן, נעבעך.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:26 pm#261055
יחי יואב! (איך האף העסט זײן מײן חבר דארט.)
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:29 pm#261057
לכבוד אפריל פולס - אולי וואלט געווען א געדאנק צו טוישן די אויסקוק פון די מעין שער בלאט פון אונזער פארום - איידענטיקעל צו אייוועלט? כ'האב נישט קיין אהנונג וויפיהל ארבעט ס'ליגט דערין. שטעל דיך פאר ווי ס'וואלט אויסגעזען ווען דער עולם דערוועקט זיך מיטאמאל זיך צו טרעפן א מיטגלידער פון אייוועלט.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:32 pm#261059
ATUB @איך אויך ATUB האט געלייקט דעם אסף המזכיר, שטאקלהאם סינדראם בתפארתו...
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:33 pm#261061
טאמבל סאס האט געשריבן:לכבוד אפריל פולס - אולי וואלט געווען א געדאנק צו טוישן די אויסקוק פון די מעין שער בלאט פון אונזער פארום - איידענטיקעל צו אייוועלט? כ'האב נישט קיין אהנונג וויפיהל ארבעט ס'ליגט דערין. שטעל דיך פאר ווי ס'וואלט אויסגעזען ווען דער עולם דערוועקט זיך מיטאמאל זיך צו טרעפן א מיטגלידער פון אייוועלט.


ס'וואלט לכאורה געווען א בעסערע וויץ...
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:33 pm#261062
איינער שיקט מיר יעצט די דברי הסכמה וחיזוק.

..... האט געשריבן:You are welcome. It's disgusting how certain members get away with any garbage
they write. For example , Tum.... or ham.... etc. where they write their
half kfirah and they get support from the others.
Basically I think all they need us is for likes thats all.

.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:33 pm#261063
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
איך בין אויף אדער איז דאס א חלום?
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:35 pm#261064
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:@איך אויך האט געלייקט דעם אסף המזכיר, שטאקלהאם סינדראם בתפארתו...

פארוואס זאל איך עם נישט לייקן און וואס האט עס מיטן שטאקהאלם סינדראם?
רעדט ער דען עפעס קעגן מיר? ער איז מסביר זיין צד ,מ'קען זיך דינגן און דיסקאסירן אבער כאטשיק איז דא א ריספאנס פון די הנהלה.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:35 pm#261065
טאמבל סאס האט געשריבן:זאלסט מיר מוחל זיין, אזא וויץ זייגט ווי א זונה.

קוקט אויס ווי די דער עולם לאזט זיך זייגן... חרדים ווערן פארלוירן פאר עני מעקסיקען זונה.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:36 pm#261066
איך הייב אן טראכטן אז ידידינו איך אויך איז פארט פון די קאליר מלחמה.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:36 pm#261067
אסף המזכיר האט געשריבן:
א ווענדפונקט איז געקומען ווען דער אשכול פון חברינו @גנדי האט אנגעמאכט א שטורעם און האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי פילע היימישע אידן, הלמאי מ'לאזט צו אז מ'זאל אזוי פרעך חוזק פון די תקנות פון די היימישע מוסדות אין וועלכע עס ווערן נתחנך אונזערע קינדער על דרך ישראל. קריטיק אקעגן אונזער זייט האט נישט אויפגעהערט צו שטראמען מיט א פארלאנג אז אז דאס זאל נישט טאלערירט ווערן.



כבוד המנהל,

איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי די היימישע מוסדות אין וועלכע עס ווערן נתחנך אונזערע קינדער, און כולם פה אחד האבן געזאגט אז קאווע שטיבל איז א סייט פול מיט אפיקורסות, ניבול פה און ליצנות.

צו זאגן אז ק"ש רעספעקטירט תקנת המוסדות איז סימפל היפאקרעסי.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:36 pm#261068
דער אמת איז אז די אפריל פולס דזשאוקס בייאונז וואלט געדארפט האבן די כח צו קענען אפעקטירן די עכטע וועלט. ווי למשל, אז עמיצער זאל מכלומרשט האבן אויפגעדעקט אז באריסטא איז דוד עקשטיין און ונבנתה העיר - שמואל שלמה טעלער, און דער עולם גולם זאל קויפן.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:36 pm#261069
יא. ס'קראפטעט פון קאפ ביז פוס. טעד קראוז פאר פרעזידענט.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:37 pm#261070
איך פאנג גאר אן קלערן אז גנדי איז נישט קיין אנדערער ווי דעם טרויעריג-בארימטען אסף בן המדתא, און די סומוטאכע איז געווידמעט צו שענקן אויפמערקזאמקייט אויף וואס טוט זיך אין אונזערע מוסדות (אנטשולדיגט ייטב לב).

כאכאכא! דעם אלטן אפטע קען מען נישט פאפן!
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:38 pm#261071
petergrifin האט געשריבן:יחי יואב! (איך האף העסט זײן מײן חבר דארט.)
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:39 pm#261073
קאווע טרינקער האט געשריבן:יא. ס'קראפטעט פון קאפ ביז פוס. טעד קראוז פאר פרעזידענט.

קרוז קען נישט געווינען אן א פעיס טרענספלענט
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:40 pm#261076
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:יא. ס'קראפטעט פון קאפ ביז פוס. טעד קראוז פאר פרעזידענט.

קרוז קען נישט געווינען אן א פעיס טרענספלענט

וועגן דעם לויפט ער מיט זיין ווייב.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:41 pm#261077
#gandigate
#assafgate
#ichoichgate
#bringbackgandiseshkol

וועלכע האלט איר איז די מערסטע קעטשי?
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:42 pm#261078
אקעי. מען מאכט א סיז פײער פאר עטליכע שעה...
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:45 pm#261080
איך אויך איך האב באמת מיטלייד מיט דיר, עס טוט מיר באמת וויי ווי אזוי מען האט דיר דא געטריט, און איך האלט עס איז באמת נישט מענטשליך.
בכלליות האלט איך אז די גיבסט א געוואלד צו צי קאווע שטיבל.
אבער, דא קומט דער אבער, עס קומט מיר פאר די ליידסט אביסל אויף אגרעססיוונעסס און אימפאלסיוונעסס. דיינע תגובות זענען צומאל העסליך און אגרעסיוו און די ווייסט עס ניטאמאל. עס שיינט מיר אז די ביזט ניטאמאל ביכולת עס צו פארשטיין. אין אימפלעקאציע ברויכסטו אביסל נידערען דיין טאן און נישט זיין אזוי קאמפס גרייט פאר יעדע איריטעשין.
מיין קורצע פסיכלאגישע אנאליז האט איר באקומען פון מיר גענצליך אומזיסט פאר א קאנמפעסעשן פאר דיינע ליידן דעם היינטיגן טאג (און פאר דיין פיבער).
פון דיין חבר
יתרו
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:50 pm#261083
פיין טענקס ,קאנסטראקטיוו קריטיסיזם בינעך אייביג גרייט צוהערן און ניין עס מיינט נישט אז פון יעצט אן גיי איך האלטן אז ריפארם און קריסטליכע דרעק האט א פלאץ אויף ק''ש.
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:50 pm#261085
וואס האט עטס געטאן? - איך שטיי דא און איך קען קוים אטעמען פאר געלעכטער, איך רייס זיך און היס זיך מיט יעדן תגובה, שוין עטליכע מאל אראפגעפאלן פון די בענקל... ס'איז דא פורים און תשעה-באב צוזאמען... דער עולם איז דא ג-ו-ט אנגעצויגן...
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:56 pm#261088
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
און אנדערע נייעס האט פרעזידענט פוטין געמאלדן אז נאכן צוריקקומען פון זיין מיסטריעזע אפרו מיט פרישע כוחות האט ער געשטעלט פאר א ציל זיך צו דערנעטערען צו די ברייטע וועלט און וועט אויפהערן צו הרגנ'ן פון די אפאזיציע און טאקע זיך גראד גענימען למעשה און ארעסטירט עפעס א שעיר לעזעזל, און גאנץ רוסלאנד רוישט און קאכט,
מאנטאג מערץ 23, 2015 11:59 pm#261090
דאס ליצנות איז גרויס, נישט דא ווער זאל לאכן.
אגב, וואס האט נאסעדער רב געהאלטן, אין א עיבור יאר האלט מען ר' אלימלכ'ס יארצייט אדר א' אדער ב'?
דינסטאג מערץ 24, 2015 12:02 am#261093
מנחם האט געשריבן:דאס ליצנות איז גרויס, נישט דא ווער זאל לאכן.
אגב, וואס האט נאסעדער רב געהאלטן, אין א עיבור יאר האלט מען ר' אלימלכ'ס יארצייט אדר א' אדער ב'?

אין נאסאד 43 וואשט מען זעך צום סעודת הילולא אדר א' און מציעט אריין ביז אדר ב'. לקיים כל השטויות.
דינסטאג מערץ 24, 2015 12:06 am#261095
יתרו האט געשריבן:איך אויך איך האב באמת מיטלייד מיט דיר, עס טוט מיר באמת וויי ווי אזוי מען האט דיר דא געטריט, און איך האלט עס איז באמת נישט מענטשליך.
בכלליות האלט איך אז די גיבסט א געוואלד צו צי קאווע שטיבל.

גם אני מצטרף לדברי יתרו בן חותן משה
החותם בכאב
בנימין פרענקל
פה וואשינגטאן הבירה