Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

קאווע שטיבל • אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8512
מאנטאג מערץ 23, 2015 5:23 pm#260851
אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
רבותי יעצט איז די צייט אויסצושרייען א וויי געשריי און נישט ווארטען ביז עס גייט אוט אף קאנטראל. היינט איז דא פארגעקומען א מיאוס'ע פרשה וואס מ'האט זיך גענומען איבער די ביינער פון א אשכול סתם ווייל אזוי האט זיך פארשמעקט פאר א מנהל פון די נייע מנהלים. קודם כל האט מען פארשפארט די באלערענדע אשכול פון ATUB @גנדי ATUB ווי ער האט געשריבן באופן לצנותא דע"ז איבער די "תקנות" פון מוסדות. נאך א קורצע וויילע איז די גאנצע אשכול פארשווינדען געווארן.

דערווייל האט קיין איין מנהל נאך נישט גענומען די מיה מסיבר צו זיין וואס דא גייט פאר , און דערווייל קוקט אויס ווי מ'וויל דא איינפירן שאריא געזעץ ווי אין אייוועלט. אונז זענען דא אין קאווע שטיבעל ווייל די פרייע ווארט איז אונז טייער!!! מעקערייען און פארשפארערייען באלאנגען אין אייוועלט. יא , אויב ס'איז קעגן די תורה פארשטייט יעדער אז מ'דארף מעקן , אבער אזא זאך וואס מ'ברענגט ארויס א וויכטיגע נקודה וואס איז נוגע די חינוך פון אונזערע קינדער איז א עזות און חוצפה צו פארמעקן.

אויב די נייע מנהלים זענען אימפארטירט פון אייוועלט זאלן זיי וויסן אז דא איז "קאווע שטיבל"!!! דא לאזט מען יעדעם רעדן ווילאנג עס איז נישט כנגד התורה!! מ'קען נישט דא פירן אזא ווערטשאפט.
מאנטאג מערץ 23, 2015 5:36 pm#260855
וועלקאם טו די ריעל ווארלד מיי פרענד! טאמיר מיינסט אז דא רודפט מען נישט קיינע ניקס על זוטות (ספעציעל 'קעלנער' לויט מיין ערפארונג) האסטו א גרויסן טעות און טאמיר מיינסט אז דא איז יעדער איקוועל און עס הערשט נישט קיין פעווערטיזם האסטו נאך א גרעסערן טעות (שטעל דיך פאר אויב א ניק ווי למשל ראובן וואלט געעפנט יענע אשכול צו מען וואלט עס געמעקט).

אבער קענסט ווארטן שטייעדיג ווייל לכאורה גייט דיע אשכול אויך ווערן שנעל געמעקט.
מאנטאג מערץ 23, 2015 5:37 pm#260856
איך וויל נישט שרייען אין די וועלט אריין, אבער דאס יא, עס פאדערט אן אויפקלערונג פון א מנהל וואס דא גייט פאר.
מען קען נישט פארשטאפן דעם שופר של יהדות החרדית!
מאנטאג מערץ 23, 2015 5:45 pm#260860
המלוכה והממשלה האט געשריבן:רבותי יעצט איז די צייט אויסצושרייען א וויי געשריי און נישט ווארטען ביז עס גייט אוט אף קאנטראל. היינט איז דא פארגעקומען א מיאוס'ע פרשה וואס מ'האט זיך גענומען איבער די ביינער פון א אשכול סתם ווייל אזוי האט זיך פארשמעקט פאר א מנהל פון די נייע מנהלים. קודם כל האט מען פארשפארט די באלערענדע אשכול פון @גנדי ווי ער האט געשריבן באופן לצנותא דע"ז איבער די "תקנות" פון מוסדות. נאך א קורצע וויילע איז די גאנצע אשכול פארשווינדען געווארן.

דערווייל האט קיין איין מנהל נאך נישט גענומען די מיה מסיבר צו זיין וואס דא גייט פאר , און דערווייל קוקט אויס ווי מ'וויל דא איינפירן שאריא געזעץ ווי אין אייוועלט. אונז זענען דא אין קאווע שטיבעל ווייל די פרייע ווארט איז אונז טייער!!! מעקערייען און פארשפארערייען באלאנגען אין אייוועלט. יא , אויב ס'איז קעגן די תורה פארשטייט יעדער אז מ'דארף מעקן , אבער אזא זאך וואס מ'ברענגט ארויס א וויכטיגע נקודה וואס איז נוגע די חינוך פון אונזערע קינדער איז א עזות און חוצפה צו פארמעקן.

אויב די נייע מנהלים זענען אימפארטירט פון אייוועלט זאלן זיי וויסן אז דא איז "קאווע שטיבל"!!! דא לאזט מען יעדעם רעדן ווילאנג עס איז נישט כנגד התורה!! מ'קען נישט דא פירן אזא ווערטשאפט.

אויב איר וועט אייוועלטירן וועלן מיר רעוואלטירן!!

עס איז דא איין וועג צו רעוואלטירן: Sign Out. אם ניקים אין כאן אין כאן כלום. עס ווענד זיך אין אונז.
מאנטאג מערץ 23, 2015 5:47 pm#260862
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
ATUB @באריסטא ATUB
מאנטאג מערץ 23, 2015 5:48 pm#260864
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
אכשר דרא?
מאנטאג מערץ 23, 2015 5:57 pm#260874
כ'האב באמת געשריבן אביסעל צו שארף , און כ'האב אביסעל געטוישט. מ'דארף הערן פון די מנהלים אימידיעיטלי!!
מאנטאג מערץ 23, 2015 5:59 pm#260875
המלוכה והממשלה האט געשריבן:כ'האב באמת געשריבן אביסעל צו שארף , און כ'האב אביסעל געטוישט. מ'דארף הערן פון די מנהלים אימידיעיטלי!!

איך זע אז דער אימת האייוועלט האט שוין אנגעהויבן משפיע זיין...
מאנטאג מערץ 23, 2015 6:07 pm#260879
באמת האט מיר נישט אינגאנצן געשמעקט דעם אשכול, ספעציעל די שפעטערע תגובות. אבער נישט אויף אזוי ווייט אז מען זאל עס אפשפארן, אוודאי נישט עס גענצליך פארמעקן.

ווייניגסטנס קומט א הסבר פארוואס דאס איז געווארן פארמעקט.
איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט דאס געטון. קען איינער פון די גבאים כאטש זיך נעמען די מיה און ערקלערן פארוואס מען האט געדארפט רעאגירן אזוי שארף?
מאנטאג מערץ 23, 2015 6:20 pm#260887
איך מיין ס'פארט שוין ממילה ארים אויף אלע גרופס די ארטיקל סא מעקן וועט ניקס העלפן.
מאנטאג מערץ 23, 2015 6:28 pm#260890
אגוטן, טייערער עולם. איך וויל אייך בעטען, אין נאמען פון די הנהלה, זיך צו האלטען רואיג. נישט אויף לאנג וועט מען ארויסגעבען א קלארשטעלונג וואס פונקטליך איז דא פארגעגאנגען. ווי אויך וועלען מיר אויסשמועסען אפאר פונקטען וואס שטייען אויף דעם טאג ארדענוג.
אסף המזכיר
מאנטאג מערץ 23, 2015 6:36 pm#260894
דאס שרייען איי וועלט אויף קאווע שטיבל, קומט מיר ווי די קנאים וואס שרייען נאציס אויף די משטרה.
בכל אופן דיין וויי געשריי הממלוכה והממשלה איז בארעכטיגט.
ווי איז ATUB @אפטעמיסט ATUB מיט זיין ATUB @רויטע וואנצעס ATUB צו געבן אן אויפקלערונג ?
אסף האקט
מאנטאג מערץ 23, 2015 6:37 pm#260895
קען קוים שרייבען יודיש און שוין איז ער געווארן מזכיר פון א יודישען פארום
אתמהה
מאנטאג מערץ 23, 2015 6:40 pm#260898
בענדשי יקירי
ווי איך האב צוגעצייכענט פריער הערשט א גרויסע חילוק צווישען חשובי הניקס ווי דיר און עמך ניקס וואס ווערן געטריטעט מיט א אנדערע סעט אופ סטענדערטס האבען כאטשיק דאס רעכט אויסצושרייען זייער ווייטוג.

במחכ''ת דיין נאצי שרייען השוואה איז זינלאז.
מאנטאג מערץ 23, 2015 6:46 pm#260904
.
מאנטאג מערץ 23, 2015 6:48 pm#260906
כולנו למערכה!!!
ווער וויל דרוקן באמפער סטיקערס?
מאנטאג מערץ 23, 2015 7:01 pm#260911
אה ס'לעבט... קאווע שטיבל בתפארתה.
מאנטאג מערץ 23, 2015 7:18 pm#260913
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:דאס שרייען איי וועלט אויף קאווע שטיבל, קומט מיר ווי די קנאים וואס שרייען נאציס אויף די משטרה.
בכל אופן דיין וויי געשריי הממלוכה והממשלה איז בארעכטיגט.
ווי איז @אפטעמיסט מיט זיין @רויטע וואנצעס צו געבן אן אויפקלערונג ?
אסף האקט


שכויח פאר די כיבוד, אבער ווילאנג די הנהלה נעמט מיר נישט אפיציעל אויף אלס ווארטזאגער, קען איך נישט רעדן אין זייער נאמען.

ערענסט גערעדט, בין איך אויך צעמישט וואס דא גייט פאר. כ'וויל נאר האפן אז ס'איז עפעס א מיספארשטענדעניש וואס גייט אט אט קלאר ווערן. כ'וויל נישט טראכטן אז א טויש אין פאלאסי האט חלילה פאסירט. השם ירחם.
מאנטאג מערץ 23, 2015 7:21 pm#260915
שוין מ'האט שוין געמעקט שטיינפעלד אויך
מאנטאג מערץ 23, 2015 7:32 pm#260917
איך אויך האט געשריבן:בענדשי יקירי
ווי איך האב צוגעצייכענט פריער הערשט א גרויסע חילוק צווישען חשובי הניקס ווי דיר און עמך ניקס וואס ווערן געטריטעט מיט א אנדערע סעט אופ סטענדערטס האבען כאטשיק דאס רעכט אויסצושרייען זייער ווייטוג.

במחכ''ת דיין נאצי שרייען השוואה איז זינלאז.


קען זיין אז איך האב א טעות, אבער דאכט זיך אז רוב מעקערייען זענען איבער פערזענליכע אטאקעס צווישן ניקים, אדער אויף דרויסענדע פריוואטע מענטשן (און טייל פעלער וועגען גראבע ניבול פה, און איך מיז מודה זיין אז אין דעם הינזיכט האב איך יא באמערקט אן איפה ואיפה'דיגער הנהגה).
א חוץ פון דעם הערשט מער ווייניגער א חופש הביטוי פאר אלעמעןן איבערן אלעמען, און פארגלייכןן אונער הייליג שטיבל צו איי וועלט איז קראנקהאפטיג און זינלאז! פארשטייסטו מיר ATUB @איך אויך ATUB יקירי אהובי וידידי?
קאררעט מי איף איי עם ראנג.

איי עם סאררי רויטע וואנצעס און אפטעמיסט כהאב געמיינט אז ענק זענען די גבאי החודש.
מאנטאג מערץ 23, 2015 7:34 pm#260918
אסף המזכיר האט געשריבן:אגוטן, טייערער עולם. איך וויל אייך בעטען, אין נאמען פון די הנהלה, זיך צו האלטען רואיג. נישט אויף לאנג וועט מען ארויסגעבען א קלארשטעלונג וואס פונקטליך איז דא פארגעגאנגען. ווי אויך וועלען מיר אויסשמועסען אפאר פונקטען וואס שטייען אויף דעם טאג ארדענוג.
אסף המזכיר

ווי לאנג נעמט צו באקן א תירוץ?
מאנטאג מערץ 23, 2015 7:49 pm#260924
בענדשי ,אזוי ווי א זאטער פארשטייט נישט קיין הונגעריגער און א באווייבטער א גרוש וועסטו נישט פארשטיין די רדיפות וואס א עמך ניק מאכט מיט ווען א רייסער איז מחליט עם צו לערנען בלק. עס איז א בחינה פון גערעיפטע פרויען וואס אלע סטאטיסטיקס ווייזן אז ס'רוב דערפון ווערן כלל נישט באריכטעט מחמת בושה ,והה'ד בנידן דידן אז רוב נרדפים מיינען 'איך בין די איינציגסטע' און האבען נישט דער קוראדש צו פארציילען די שאנטאזש ברבים. אבער כאן מצא בדלא''ח ווען אזא בעלענט רמיסה קומט פאר בריש גלי מעג מען און זאל מען אויך ארויסברענגען די וויי געשריי פון די פשוטי הניקס בכלליות.

געב א קוק אויף די איינצעלנע אשכולות בנוגע צענזור און בכלל הנהלה ענינים האט מען תמיד געווארט לאנג פאר א ענטפער פון זיי און עפ''י רוב ווארט מען נאך עד עצם היום הזה (כ'רעד נישט פון דברים של מה מכך דארט איז גרינג צו ווייזן א שלייער אז מען 'ענטפערט' אבער די ווייכטיגע ענינים בלייבט כקול קורא במדבר).

זאגן אז א צוגלייך צו א''ו איז נישט פאסיג איז אויך ראנג לדעתי ווייל יעדע פאליסי טויש הייבט זיך אן קליין און אזא ענין וואס איז נוגע צום עצם קאנסיטאציע פון אונזער פאונדינג פאדערס מעג בשום אופן נישט אדורכגיין אן דברי מחאה (כידוע די ווארט פון יענע דייטשע דענקער).
מאנטאג מערץ 23, 2015 7:53 pm#260926
אוי ר' איך אויך. מיין הארץ גייט אויס פאר דיר :אויוויי: ס'הייסט דו קומסט דא אין שטיבל צו שמועסן און פארברענגען און אנשטאט דעם טיילט מען דיר אויס שבעה מדירי גיהנום. איי איי איי וואס אידן מאכן מיט.
מאנטאג מערץ 23, 2015 7:57 pm#260930
איך אויך האט געשריבן:וועלקאם טו די ריעל ווארלד מיי פרענד! טאמיר מיינסט אז דא רודפט מען נישט קיינע ניקס על זוטות (ספעציעל 'קעלנער' און יא כ'ווייס אז ער איז א נוקם ונוטר און כ'גיי צאלן א פרייז דערפאר) האסטו א גרויסן טעות און טאמיר מיינסט אז דא איז יעדער איקוועל און עס הערשט נישט קיין פעווערטיזם האסטו נאך א גרעסערן טעות (שטעל דיך פאר אויב א ניק ווי למשל ראובן וואלט געעפנט יענע אשכול צו מען וואלט עס געמעקט).

אבער קענסט ווארטן שטייעדיג ווייל לכאורה גייט דיע אשכול אויך ווערן שנעל געמעקט.

איך אויך: און ווען בערל בעל עגלה וואלט געעפנט די אשכול וואלט מען עס אפילו נישט געדארפט צו פארשפארן. ווייל קיינער...אבער קיינער, אפילו נישט א נפש חיה וואלט זיך אנגערופן.... :lol: :roll: :o
מאנטאג מערץ 23, 2015 8:09 pm#260933
קוקט אויס אז די הנהלה האט באשלאסן צו מקדים זיין אפריל פולס טאג צוליב די פארנומענע ערב פסח טעג נעקסטע וואך.
מאנטאג מערץ 23, 2015 8:11 pm#260935
זאלסט מיר מוחל זיין, אזא וויץ זייגט ווי א זונה.
מאנטאג מערץ 23, 2015 8:14 pm#260938
קען זיין אז די הנהלת מוסדות פון אסף המזכיר און באריסטא (ער האט נאך קינדער אינדערהיים?) זענען דערגאנגען אספ המזכיר און באריסטרס אידענטיטעט און שאטאנזירט אויב נעמט מען נישט אראפ דעם אשכול וועלן די קינדערלעך זייערע בלייבן אינדערהיים.

ווי איז דער חתן ? ווי איז גאנדי ?
מאנטאג מערץ 23, 2015 8:15 pm#260939
טאמבל סאס האט געשריבן:זאלסט מיר מוחל זיין, אזא וויץ זייגט ווי א זונה.

פארוואס?
כמיין סאיז יא פאנני
מאנטאג מערץ 23, 2015 8:18 pm#260943
עס איז נאך אלס בעסער ווי ווען מ'וואלט געדארפט שרייבן אן אשכול: ''קרעטשמע עליך, קאווע שטיבל!!''...
אבי ס'לעבט זיך דא.
מאנטאג מערץ 23, 2015 8:19 pm#260944
יתרו האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:זאלסט מיר מוחל זיין, אזא וויץ זייגט ווי א זונה.

פארוואס?
כמיין סאיז יא פאנני

ער זאגט טאקע אז סיז גיט..
מאנטאג מערץ 23, 2015 8:20 pm#260946
אויב זאל אייוועלט אויפהערן מעקן זייערע אשכולות לכבוד אפריל דעם פערטן, אדער קאווע זאל אויפהערן, אויף א טאג, מעקן די אומצאליגע אשכולות וואס די פריש געקומענע בעיבעלעך עפענען תיכף ביים אנטדעקן דעם סייט - וואלט עס געווען א גוטמוטיגער וויץ.
מאנטאג מערץ 23, 2015 8:24 pm#260947
אפשר קען ער פרובירן דאס נאכאמאל ארויפצולייגן.
מאנטאג מערץ 23, 2015 8:25 pm#260948
איך ווייס נישט וואס סיז געוועהן און געשעהן דא אבער ווען איך בין אמאהל געוועהן פון די אחראים האט מען זייער אכטונג געגעבען פאר מע האט געמעקט.

יעדע מאהל מע האט געטראכט צו מעקען האט מען זייער גערעכענט מיט די געפיהלען פון די שרייבער.

איך בין זעכער אז די פאליסי האט זיך נישט געטוישט.
מאנטאג מערץ 23, 2015 8:28 pm#260952
יאפס אזוי ווי כ'האב געקלערט האב איך יעצט באקומען א ווארענונג פון די הנהלה וועגן מיין שרייבן אין דעם אשכול (דער ווארענער לאזט מיר נישט זאגן זיין נאמען ווייל לדעתו הייסט עס א 'פערסאנעל אטאקע' גאו פיגער!)

אויב איך בין נישט דא די נעקסטע פאר טאג זאלט איר וויסן אז מען האט מיר אויסגעשפארט פארען זיין דער נער און זאגען דעם אמת וואס פילע ניקס שפירן.
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:11 pm#260967
טיערער @איך אויך, פארוואס מאכסטו סתם א בלבול? דער ווארענער לאזט אודאי יא זאגן זיין נאמען, ווייל ער האט נישט קיין שום אינטערעסע זיך צו באהאלטן הינטער א וואנט.

איך מוז זיין אויפריכטיג אז כ'האב נישט געזען דעם אשכול פון גנדי, ממילא קען איך נישט אריינרעדן אין דער עצם סומאטוכע וואס דא גייט פאר. איך פארשטיי דעם ווייטאג פונעם עולם און הלואי ווען איך וואלט געקענט העלפן. אין דעם פאל פון @איך אויך האב איך נאר געווארנט קעגן דעם וואס ס'איז באנוצט געווארן א ווילדע שפראך קעגן א ספעציפישן מנהל. איך האב עס פארשטאנען מער ווי א פערזענליכע אטאקע ווי איידער א געזונטע קריטיק. בין איך נישט גערעכט?
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:13 pm#260969
איי קאל בולשיט, איך אויך. זאג'זשע שיין, ווער איז געווען דער הנהלה וועלכע האט דיר געסטראשעט? עלי ועל צווארי.
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:14 pm#260970
אה, זעסטו טרם נקראתי, נענתי. דער ווארענער לאזט יא זאגן.
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:20 pm#260973
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
העי, פארדרייטס נישט דעם שמועס, וואס איז מיטן ארעסטירן אונזער פרידליכער גאהנדי
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:26 pm#260978
איך אויך האט געשריבן:וועלקאם טו די ריעל ווארלד מיי פרענד! טאמיר מיינסט אז דא רודפט מען נישט קיינע ניקס על זוטות (ספעציעל 'קעלנער' לויט מיין ערפארונג) האסטו א גרויסן טעות און טאמיר מיינסט אז דא איז יעדער איקוועל און עס הערשט נישט קיין פעווערטיזם האסטו נאך א גרעסערן טעות (שטעל דיך פאר אויב א ניק ווי למשל ראובן וואלט געעפנט יענע אשכול צו מען וואלט עס געמעקט).

אבער קענסט ווארטן שטייעדיג ווייל לכאורה גייט דיע אשכול אויך ווערן שנעל געמעקט.

איי עם נאט יאר פרענד ענד דאונט אינסאלט מי. די האסט די חוצפה צו האבן טענות אז די מנהלים מעקן דיר אמאל. אויף מיר איז א ווינדער אז מ'טאלערירט דיר נאך דא. זיין שמיציגע גרויליגע שפראך פאר יעדער וואס גייט נישט אין דיין שפאן איז אן עקעל און קעגן אלע תקנות פון דעם פלאץ. כ'ווייס נישט וואס די מנהלים האבן אזוי "חוטא געווען" פאר דיר , אבער די פאקט אז די דרייסט דיך נאך דא כאילו לא היה איז עפעס וואס איך קען נישט חלום'ען אז סיי וועלעכע אנדערע פארום -אידישע צו גוי'אישע - וואלט צוגעלאזט. סיי ווי ערגעץ אנדערש -און איך רעד נישט פון אייוועלט, נאר אפילו פון סתם פארומס ווי רעדדיט- וואלסטו שוין אויסגעשפארט געווארן פאר אייביג לאנג לאנג צוריק.

איך שטוין פון דיין עזות זיך צו פארגלייכן צו ראובן און בענדזשעמין פרענקלין. צוויי ניקס וואס האבן א חלק אין מאכן דעם שטיבל די הערליכע מקום וואס עס איז. צוויי ניקס וואס בויען די פלאץ וואס מאכן אז עס זאל זיין ווערד דא צו זיין. איך געדענק נישט אז די צוויי זאלן אפילו איין מאל שרייבן עפעס וואס איז קעגן די תקנות דא , און אפילו אויב יא האסטו די חוצפה צו האבן טענות אז די הנהלה איז מער גרייט צו פארקוקן פאר זיי ווי פאר דיר???!!! די גרוילסט אן קאווע שטיבעל , די מיט צוויי דריי ניקס וואס זענען ענדליך צו דיר (לאו דווקא מיט די זעלבע שיטות) זענען א סיבה אז מענטשען זאלן אוועקגיין פון דא. האסטו די חוצפה זיך צו פארגלייכן צו מענטשן וואס שענקען אונז פון זייערע כוחות און טאלאנטען און בויען קאווע שטיבעל?!
שעם דיך!!

דאס נעמט נישט אוועק פון די יעצטיגע חוצפה אז מ'האט אוועקגענומען גנדי'ס אשכול. איך אליין בין אביסעל צו שטארק צעווילדעוועט געווארן ווען באמת בין איך זיכער אז ס'איז דא כאטש א האלב נארמאלע סיבה, אבער דיינע טענות זענען נאר א תוצאה פון דיין קראנקען מח.
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:32 pm#260979
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
And guess what, probably וועט המלוכה'ס תגובה געמעקט ווערן פארן אטאקירן א צווייטע ניק...
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:35 pm#260981
פיין אזוי ווי איך האב דאך אויך נישט וואס צו באהאלטן ואדרבא מנאי וממכם יסתייא מען זאל קענען צוזאמען אויסארבייטן סאנדארטן.

די ווארענונג פון פלאוויאוס
פלאוויוס האט געשריבן:רשימת האזהרות הבאה ניתנה ע"י סמכות של מנהלי פורומים ומנהלים ראשים.
אזהרה ניתנה בעיקבות הודעה ששלחת: viewtopic.php?f=4&p=260855#p260855.

אויב דו האסט א טענה קעגן א ניק זאג עס רואיג. איך וועל רעדאגירן דעם קליינעם חלק וואס איז פערזענליך.


מכוח דעם וואס ער האט אינגאנצן אויסגעמעקט קעלנער'ס (וואס רודפ'ט מיר שוין א לענגערע תקופה) נאמען האב איך פארשטאנען אז פלאוויאוס הגבאי וועט עס נעמען פערסענעל אויב איך שרייב ארויס שם הווארענער

מיין ענטפער

איך אויך האט געשריבן:סאו דיין ווארענונג הייסט נישט פערסאנעל אבער ווען איך שרייב דערפון ווערט עס פרסענאל ,א אינטרעסאנטע לאדשיק טו סעי די ליעסט.

ואגב ,איך האב געשריבן מיינע ווערטער זייער רוהיג.


זיין אגרת שניות
פלאוויוס האט געשריבן:אויב דו האלטסט אז קעלנער מעקט צופיל קענסטו שרייבן דיין קריטיק, אבער אנעם צולייגן אז ער איז א ........

מ'מעג קריטיזירן אויף א געזונטן אופן, נישט ווילד. ביסט נישט מסכים מיט מיר?


מיין צווייטע אישי

איך אויך האט געשריבן:במציאת איז ער א שרעקליכער ........ און דאס זאג איך לא מפי מלאך אלא פון מיין אייגענע עקספיריענס. און מיין לאדשיק זאגט אז אויב א חבר ההנהלה רודפט איינעם איז עס עניטיים נאך אזא 'פערסאנעל אטאקע' (און בעצם אסאך מער) ווי דאס ארויסשרייבן ברבים.

נו אויב אזוי שטעל צוריק זיין נאמען און נעם נאר ארויס דעם ......... חלק ,דאס איז דיר נישט איינגעפאלן?

א דערמאנונג
איך אויך האט געשריבן:איך ווארט נאך (כ'וועל נעמען א בענקל).


און זיין צופרידנשטעלנדער ענטפער

פלאוויוס האט געשריבן:איך האב צוריקגעלייגט דעם חלק וואס דו האסט געוואלט, אבער כ'האב געלאזט דעם שארפן חלק אינדרויסן. ביסטו צופרידן אזוי?

לכתחילה האב איך עס געוואלט לאזן פאר דיר איבערצושרייבן לויט דיין אייגענעם געשמאק. אויב דו האסט נאך עפעס הערות קענסטו אליין רעדאגירן דיין תגובה, כל זמן ס'איז מילד און אויסגעהאלטן.


פאר אדישאנעל דראמא נאט אייך א אישי פון אפטער רב (איך קען נישט ארויסשרייבן ברבים די הסבר הסיבה פאר זיין שנאה)

אפטעמיסט האט געשריבן:טעמע: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!

איך אויך האט געשריבן:יאפס אזוי ווי כ'האב געקלערט האב איך יעצט באקומען א ווארענונג פון די הנהלה וועגן מיין שרייבן אין דעם אשכול (דער ווארענער לאזט מיר נישט זאגן זיין נאמען ווייל לדעתו הייסט עס א 'פערסאנעל אטאקע' גאו פיגער!)

אויב איך בין נישט דא די נעקסטע פאר טאג זאלט איר וויסן אז מען האט מיר אויסגעשפארט פארען זיין דער נער און זאגען דעם אמת וואס פילע ניקס שפירן.


איך מיין כקען זאגן בפה מלא אז מיום עמדי על דעתי האב איך נאכנישט אנגעטראפן אזא מפגר ווי דיר


און א בקשה פרטית מאחד מחשובי הניקס.


..... האט געשריבן:איך גיי בעטן א פאני זאך. דו ווייסט איך בעט קיינמאל נישט קיין לייקס, מיין שיטה איבער לייקס איז אנדערש ווי רוב חברה דא. אבער אויב וועט מיין תגובה באלייקט ווערן גענוג וועט עס שיקן א מעסעדזש.

איך קען נישט בעטן אנדערע, אבער דיר קען איך בעטן. דו האסט מיר געגעבן די קוראזש ארויסצושרייבן קעגן די באהערדע
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:38 pm#260983
אוקעי. רבותי איך פארשטײ ס׳איז פאר פסח דער עולם איז מיד און די װײב לאזט דיר נישט אפזיצן אויף קאװע שטיבל.
לעטס זשאסט טעיק עי קאפי ענד רילעקס.
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:43 pm#260987
יע איך אגרי גאנץ זעלטן מיט המלוכה און לויט מיין פארשטאנד שטעלט ער אסאך מאל קריסטליכע און אנדערע געמויזעכטס וואס געהערן ענדערש אויפן קריסטליכע ק''ש און דעם רעפארמער ק''ש. אבער פונקט ווי ער האט רעכט צו האלטן אז דא איז די פלאץ דערפאר מעג איך האלטן אז עס פרחזרט ק''ש.

ב''ה איך האב גענוג אויפריכטיקייט אין מיר צו אויסדרוקען הסכמה און לייקן אפילו אזא איינער מיט וועם איך אגרי זעלטן (אינקלודינג אפטע).
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:44 pm#260989
יתרו האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:זאלסט מיר מוחל זיין, אזא וויץ זייגט ווי א זונה.

פארוואס?
כמיין סאיז יא פאנני

הע.. נחתם מעיד על עצמו ...
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:46 pm#260992

ענדליך צו וואס המלוכה שרייבט...פוינט איז, ס'איז מיר א וואונדער מה לך ולקאווע שטיבל?
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:48 pm#260995
:lol: :lol: :lol:
איך אויך יו מעיד מיי דעי.
איך וויל בעטן אלע גבאים אחראים סדרנים עסקנים יוצאים משרתיו ואשר משרתיו, ביטע נישט מעקן זיינע תגובות. ער איז מתוק מדבש מיט זיינע אילוזיעס און קאפריזן.
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:51 pm#260998
אדער ברענגטס ארויס אלע געמעקטע תגובות זיינער פון מיסט קאנע. לאמיר אלע האבן א גוטן לאך.
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:52 pm#261000
המלוכה דייו גאנצע אשכול קוקט שוין אויס אזוי ווי איי ווע חחחחחחח
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:55 pm#261003
שוין דער אשכול איז פארוואנדעלט געווארן אין א אנטי איך אויך פארמעסט ,אבער ב''ה איך קען נעמען די היץ (באצופאל האב איך סטרעפ/וויירוס און איך ברען מיט פיבער) און גז''י.

טאמבי (כהאב שוין מורא צו שרייבן ידידי) איך געב דיר רשות ארויסצושטעלן אונזער אונליין טשעט (שטייטזעך דארפסט אויסמעקן מיין אימעיל אדרעס) ווי דו האסט פראבירט כמה פעמים צו דערגיין ווער און וואס איך בין.
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:56 pm#261004
ווער האט אנגעהויבן? - ס'איז געשען ווען דער רבי איז ארויס פון קלאס און ער האט גע'... - ניין, ער האט קודם אנגעהויבן, ווייל ער האט געציפט, ווייל ער האט נישט געוואלט געבן ריסעס...

דער רבי אין חדר וואלט געזאגט: גייט'ס ביידע צוריק אויפן פלאץ...