פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 12:39 pm#57985
קווארטיןאון יוששש, שלמה קארליבאך?
📎 Carlebach.jpg
קווארטיןאון יוששש, שלמה קארליבאך?
חאצקלאיך האב פארגעסן פון חיים באנעט (מכניסי רחמים, אבינו אב הרחמן, ועוד)
חאצקלאבי רוטנבערג (אחינו כל בית ישראל)
אוי טאטיאון זעה איך גוט? ר׳ משה גאלדמאן עה איז נאכנישט דערמאנט דא?!
חאצקלאלי לאופר האב איך פארגעסן צו דערמאנען: תחי נפשי; מה נאמר (יומי לעווי); למען דעת (מבד) ועוד
חאצקלהרב הלל פלאי: אלקים צבאות (מבד); תורה הקדושה (מבד); אוחילה לקל (ל. שמעלצר); ועתה בנים (יודל) ועוד
חאצקלווי האב איך געקענט פארגעסן פון הרב יוסף צבי ברייער, דער אויסגעריפנסטער קאמפאוזער פון ארגינעלע לאנגע ווארימע יצירות, דאכט זיך אז ס'איז נישטא היינט קיין קאמפאוזער וואס מאכט יצירות מיט אזא ארגינעלע השתפכות הנפש.די ווארימקייט וואס גיסט ארויס פון זיין נגינה גיט פאר מאנכע די מערסטע סעטיספעקשן וואס היינטיגע נגינה קען זיי ברענגען.
אויסער די דערמאנטער סארט ניגונים איז ער דער מחבר פון צענדליגע קורצע ארגינעלע זיסע פאלקס ניגונים'לעך אדער קינדער ניגונים.
די נגינה וואס ער האט אוועק געשטעלט פארן בענטשן אז עס זאל זיין זינגבאר פאר קינדער און גלייכצייטיג פארטייטשן די ווערטער איז וועלט באקאנט, און מ'קען זאגן אז דאס איז א ניגון וואס ווערט געזינגען די מערסטע מאל דורך די מערסטע מענטשן במשך די מערסטע יארן
חאצקלוואס זאגט איר צו אוהד מאשקאוויטש?
שמעקעדיגעפעס א מיסטעיק האסטו מיט די בילד פון פינקי.
די ציטוט שטימט נישט.
חאצקליהושע מענדלאוויטש פון קרית יואל, א טאלאנטפולער קאמפאוזער פון שיינע און ווארימע טאנץ ניגונים און ווי אויך בא'טעם'טע שטייטע ניגונים: ואמר ביום ההוא; ואמר כל העם אמן; און אנדערע שיינע ניגונים וואס זענען מפורסם אין זיינע צוויי טעיפ'ס וואס ער האט ארויס געגעבן.
דאכט זיך אז ער האט אויך געמאכט דעם באקאנטן סימן טוב פון בעלז
חאצקל"בני הערשקאוויטש" מחבר פון דען וועלט בארימטן אין ערוך לך, און אנדערע גוטע זינגבארע ניגונים פאר מיכאל שטרייכער און אנדערע זינגערס ווי יומי לעווי וכו'