דינסטאג אקטאבער 16, 2012 6:50 pm#52260
וואס וואלט געווען אייער פאך ווען איר וואלט געבוירן ביי...
יעדער איינער האט געוויסע טאלאנטן וואס בלייבט באגראבן צוליב פארשידענע סיבות. צום ביישפיל: עס זענען דא רבישע קינדער וואס וואלטן געקענט זיין גרויסע זינגערס, נאר עס פאסט נישט פאר א רביש קינד, און אזוי ווייטער. די זעלבע זאך איז לאמיר זאגן איינער וואלט געבוירן געווארן אלס א גוי....און סיי וועלכע אומשטענדן, וואס וואלט געווען אייער פאך? (מיינענדיג א פאך וואס איר קענט אין אייער יעצטיגער מצב נישט האבן אדער טון)